בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

Peta Staking Anti-Kapporos Campaign

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/9/2007 23:10 לינק ישיר 
Peta Staking Anti-Kapporos Campaign


Williamsburg, Brooklyn, NY - Peta's Staking Out For Anti-Kapporos Campaign.

Williamsburg, NY - VIN News has received reports that Peta employees are travelling around the community, snapping pictures of the residents handling the chickens for the traditional ceremony. Peta is campaigning against the kapparos ritual, with claims of gross mishandling and cruel treatment towards the chickens.

We're asking the public to be aware of the activists, and to please keep to the standards that our Rabbinim have prepared.

On a related note, the court of Pesach Tikvah in Israel has ruled today against kapparos. The verdict was that the ritual slaughter of chickens before Yom Kippur violates state regulations on animal slaughter

  
א חאַפצִּים אויף די חוליגאנעס,
איינמאל גיט אנרייסן די ביינער,  וועלען זיי זיך מער נישט באווייזן




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/9/2007 16:21 לינק ישיר 

באלד וועסטו זאגן אז די ען אר עי'ניקעס זענען היפאקריטן, ווייל זיי קעמפן פאר גאנס און זיי קעמפן נישט פאר די מלחמה אין איראק.

אזוי איז עס. פיטא קעמפט פאר חיות און בהמות און די ען אר עי קעמפט פאר גאנס. ס'איז דא ארגאניזאציעס פאר יעדע זאך.

איך מיין אז ס'איז צייט אוועקצואווארפן די אונגארישע מענטאליטעט אז ווייל יענער האלט אנדערש ווי מיר איז ער א רשע מרושע, אכזר און רוצח.

ביי מיר ווערט א מענטש מיין שונא אויב ער איז קעגן מיר, דהיינו ער באלאנגט צו די קו קלוקס קלען אדער צו די נאציס אדער אנדערע ווייאלענט גרופעס וועלכע ווילן מיר שעדיגן. אויב ער האלט נאר אנדערש ווי מיר דאן לאך איך פון אים, און איך גיי מיר מיין וועג.

מיר מוזן קעמפן מיט מסירת נפש פאר אידישקייט, אבער פון מסירת נפש ביז אנברעכן דעם גוי די ביינער איז פאלג מיר א גאנג.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/9/2007 16:42 לינק ישיר 

זיי זענען היפאקריטן, ווייל מ'האט זיי קיינמאל נישט גיזעהן איבער קערין א וועלט קעגין הפלות.

ס'איז אפשר נישט קיין חי'ה? אדער אפשר נישט קיין טשיילד עביוז? איך רעד שוין נישט פין קיין רציחה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/9/2007 15:22 לינק ישיר 

אנרגיה

איך זעה דו קענסט דיך נישט קיין עצה געבן יא קלעפ נישט רעכטן.

לאמיך דיר מסביר זיין ווער די חברה זענען

דאס זענען פוסטע ליידיגייער מיט אסאך צייט וואס זיכען א CAUSE מיט וואס אנצופילען זייער צייט
און צוגאב האבן זיי אויך א שטארקע תאווה ארויף צו צווינגען זייערע מיינונגען אויף אנדערע וואס האלטן בכלל נישט ווי זיי, זיי טוען דאס מיט אלע לעגאלע ווי אויך נישט לעגאלע וועגן.

ווען סאיז זיי איינגעפאלען אז מטאר נישט גיין קיין פעלצן פון חיות זענען זיי ארום געלאפן מיט רויטע פעינט אין אנגעשפריצט ווער סהאט זיי נישט געפאהלען. 

די קאמפיינס קעגען די שחיטה פון רובאשקין איז נישט געוועהן אויך א לעגאלן אופן, אויסנוצנדיג געפיהל פון מענטשן ווי כאילו די בהמות לעבן נאך אין האבן יסודים, ווען יעדער וואס האט א ביסל א ידיעה אין די ענינים ווייסט אז נאכדעם ווי משניידט אפ דעם  בלוט צום מוח פארלירט דען מוח אלע פונקציעס.
 
זיי זענען אויך לוחם קעגעם נוצען בעלי חיים פאר מעדיצינישע עקספערימענטן וואס שאדט פאר לעבנסוויכטיגע מעדיקאמענטן פון ווערן ענטוויקלט.

זיי זענען בכלל קעגן דעהם אז א מענטש האט א רעכט זיך צו באנוצען מיט בעלי חיים, ובכלל זה צו עסען פלייש. זייער האבן נישט קיין שום לאגיק אין זייער התנהגות.

ממה נפשך. איז דער מענטש דער תכלית הבריאה אדער מובחר הבריאה ווי מיר האלטן אדער לכה"פ א העכערע סארט בריאה, האט ער דאך א רעכט צו באנוצען מיט אלע ברואים לצרכיו.

אלא מאי האלטן זיי אז א מענטש איז נישט מעהר ווי א פשוטע קלוגערע חיה (עפ"ל) איז עס דאך א נאטירליכע געזעץ אין די וועלט  אז די שטערקערע חיות עסען די שוואכערע.

זענען זיי אמאהל געגאנגען אין דשאנגל צו שטערן די לייבן זיי זאלען ניט אויפעסען די הערשן? צו די גרויסע פיש זאלען נישט איינשלונגען די קליינע? זיי וואלטן דאך געדארפט זעהן צו פארטיליגען אלע וואלפיש (SHARKS) ווי אויך אלע רויב פויגל אין אנדערע חיות טורפות.

 דערווייל זענען רוב פון די לייט די גרויסע לוחמים פאר נאטירליכע קאנזערוואציע, נאר אויפן מענטש האבן זיי זיך פארלייגט אז ער טאהר נישט עסען קיין פלייש. 

איך שרייב דאס כלפי די וואס טראכן אז זיי האבן בכלל עפעס איין אידיאלאגיע. חוץ שטערן אנדערע מענטשן ובפרטן גזירות אויף אונזער שחיטה אין מילה, גייט זיי גארנישט אהן.

צו דערמאנען א די דייטשן אין אוישוויץ זענען געוועהן שטארקע צער בעלי חיים ניקעס.

ווי שנעלער מגעט זיי צו פארשטיין בכל לשון שאתה שומע אז זייער פלאץ איז נישט דא, אלץ געזונטער, בעפאר זיי נעמען זיך צו אונזער שטריימלעך...

געדאנקען


לשיטתך זעהט אויס אז אפילו ווען חז"ל וואלטן געוואסט אז סגייט נחרב ווערן דער  חורבן ביהמ"ק וואלטן זיי אויך אזוי געהאנדלט. אבי סזאל נישט זיין: יאמרו  
 
זאג דעם רבין וואס האט דיך געלערנט אזא דרך הלימוד אז ער וואלט זעהר גוט געוועהן צו דרייון א קאר סערוויס, ער איז בקי אין אלע קרומע וועגען. 


(6) ספר מסילת ישרים - פרק כ
וְהִנֵּה מַה שֶּׁצָּרִיךְ לְהָבִין הוּא, כִּי אֵין לָדוּן דִּבְרֵי הַחֲסִידוּת עַל מַרְאֵיהֶן הָרִאשׁוֹן, אֶלָּא צָרִיךְ לְעַיֵּן וּלְהִתְבּוֹנֵן עַד הֵיכָן תּוֹלְדוֹת הַמַּעֲשֶׂה מַגִּיעוֹת, כִּי לִפְעָמִים הַמַּעֲשֶׂה בְעַצְמוֹ יֵרָאֶה טוֹב, וּלְפִי שֶׁהַתּוֹלָדוֹת רָעוֹת יִתְחַיֵּב לְהַנִּיחוֹ. וְאִם יַעֲשֶׂה אוֹתוֹ יִהְיֶה חוֹטֵא וְלֹא חָסִיד:
הִנֵּה מַעֲשֵׂה גְדַלְיָה בֶּן אֲחִיקָם (ירמיה מ) גָּלוּי לְעֵינֵינוּ שֶׁמִּפְּנֵי רֹב חֲסִידוּתוֹ שֶׁלֹּא לָדוּן אֶת יִשְׁמָעֵאל לְכַף חוֹבָה אוֹ שֶׁלֹּא לְקַבֵּל לָשׁוֹן - הָרָע אָמַר לְיוֹחָנָן בֶּן קָרֵחַ, "שֶׁקֶר אַתָּה דוֹבֵר עַל יִשְׁמָעֵאל", וּמַה גָּרַם? גָּרַם שֶׁמֵּת הוּא וְנִפְזְרוּ יִשְׂרָאֵל וְכָבָה גַחַלְתָּם הַנִּשְׁאָרָה. וּכְבָר יִחֵס הַכָּתוּב אֵלָיו הֲרִיגַת אֲנָשִׁים אֲשֶׁר נֶהֶרְגוּ כְּאִלּוּ הֲרָגָם הוּא, וּכְמַאֲמָרָם זַ"ל (נדה סא) עַל פָּסוּק "אֶת כָּל פִּגְרֵי הָאֲנָשִׁים אֲשֶׁר הִכָּה בְּיַד גְּדַלְיָהוּ" (ירמיהו מא). וְהַבַּיִת הַשֵּׁנִי גַם הוּא חָרַב עַל יְדֵי חֲסִידוּת כָּזֶה אֲשֶׁר לֹא נִשְׁקַל בְּמִשְׁקַל צֶדֶק. בְּמַעֲשֵׂה דְבַר קַמְצָא (גיטין נו) אָמְרוּ, "סָבוּר רַבָּנָן לְקָרוּבֵהּ, אָמַר לָהֶם רַבִּי זְכַרְיָה בֶּן אַבְקוֹלַס, יֹאמְרוּ 'בַּעֲלֵי מוּמִין קְרֵבִין לְגַבֵּי מִזְבֵּחַ', סָבוּר לְמִקְטְלֵהּ, אָמַר לָהֶם רַבִּי זְכַרְיָה בֶּן אַבְקוֹלַס, יֹאמְרוּ 'מַטִּיל מוּם בַּקָּדָשִׁים יֵהָרֵג'. בֵּין כָּךְ וּבֵין כָּךְ הָלַךְ אוֹתוֹ רָשָׁע וְהִלְשִׁין אֶת יִשְׂרָאֵל, בָּא הַקֵּיסָר וְהֶחֱרִיב יְרוּשָׁלַיִם. וְהוּא מַה שֶּׁאָמַר רַבִּי יוֹחָנָן עַל זֶה, "עַנְוְתָנוּתוֹ שֶׁל רַבִּי זְכַרְיָה הֶחֱרִיבָה אֶת בֵּיתֵנוּ וְשָׂרְפָה אֶת הֵיכָלֵנוּ וְהֶגְלַתְנוּ לְבֵין
הָאֻמּוֹת". הֲרֵי לְךָ שֶׁאֵין לָדוּן בַּחֲסִידוּת הַמַּעֲשֶׂה בַּאֲשֶׁר הוּא שָׁם לְבַד, אַךְ צָרִיךְ לִפְנוֹת כֹּה וָכֹה לְכָל הַצְּדָדִין שֶׁיּוּכַל שֵׂכֶל הָאָדָם לִרְאוֹת, עַד שֶׁיָּדוּן בֶּאֱמֶת אֵיזֶה יִכְשַׁר יוֹתֵר הָעֲשִׂיָּה אוֹ הַפְּרִישָׁה:

זיסקייט

דו שרייבסט זיי האבן ליעב חיות און בהמות, איך בין מסכים אבער מיט עטליכענע

זיי האבן ליעב זיך אליין
זיי פירען אויף ווי ווילדע חיות
בהמות זענען די וואס גלייבן זיי

האץ מיר אלע א געזונט יאהר



 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/9/2007 07:06 לינק ישיר 

תוקן על ידי - baachi - 24/09/2007 7:57:26



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/9/2007 01:55 לינק ישיר 

אנרגיה, נאך איין זאך, איך האב דאך באטאנט "פרידליכע" מענטשן. וואס פארגלייכסטו זיי מיט ווייאלענט מענטשן?

די חברה זענען פאר צער בעלי חיים נישט ווייל זיי זענען אנטיסעמיטן, נאר ווייל זיי האבן ליב חיות און בהמות. קענסט זאגן אז זיי זענען משוגעים, אבער פאר'ן זיין משוגע קומט זיך נאכנישט איינעם פעטש.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/9/2007 22:09 לינק ישיר 

יש"כ געדאנקען,

אנרגיה, מען רעדט דאך דא פון מענטשן וואס זענען "קעגן" הרג'נען. וואס פארגלייכסטו זיי מיט מענטשן וואס זענען "פאר" הרג'ענען?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/9/2007 14:44 לינק ישיר 

באטשי,
אדרבה משם ראי אז זיסקייט איז גערעכט ווייל מען האט דאך געפאלגט רבי זכריה, ווער זענען מיר צו זיין קליגער ווי אונזערע חכמים!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/9/2007 07:39 לינק ישיר 

 זיסקייט

אויף ענגליש איז דא א ווארט:
Your freedom ends, where my nose begins.

איך האלט אויך אז פעטש איז נישט קיין אפציע, אבער נישט ווייל ער מעג טוען וואס איז ריכטיג. נאר ווייל יעדער זאל טוען וואס איז ריכטיג, ביז דעם וואס ער וויל מיך "למעשה" הייסן וואס צו טוען ווייל "ער" האלט אז דאס איז ריכטיג. זיי האבן היינט א כח ביי די רעגירונג און זיי קענן "למעשה" שאדן מאכן פאר מיר און אויף דעם בין איך נישט גרייט, אפילו ער האלט אז ס'איז ריכטיג.

 וואס יא צו-טוען בין איך נישט קיין עקספערט, אבער פעטש  ארבייט געווענליך נישט. די בעסטע איז דער אלטער יודישער מיטל.

איך וויל אנמערקן נאך צוויי נקודות.

1) די זאגסט אז שלאגן פרידליכע מענטשן פאר'ן טאן וואס זיי האלטן אז ס'איז ריכטיג צו טאן?
זיסקייט ליבער, נישט ווייל "ער" האלט אז ס'איז ריכטיג מיינט אז ער מעג טוען וואס ער וויל. כמה וכמה רשעי הגוים האבן געהאלטן אז דאס אויס-מערדערן יודן איז א ריכטיגע זאך צו טוען. נא, וועסטו זאגן אז וויבאלד זיי האלטן אז ס'ריכטיג צו טוען טאר מען נישט שטעלן קיין ווידערשטאנד?!

 2) ס'קוקט אויס אז "אלץ-ווייסער" האלט אז זיין אפציע איז "ריכטיג". דאס האלט "ער" פאר ריכטיג. האמער צוויי ריכטיגקייטן וואס זענען זיך סותר. וואס טוט אזא אדם חשוב ווי  "זיסקייט" אין אזא פאל?!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/9/2007 19:58 לינק ישיר 

זיסקייט

עליך אמרו חז"ל


סבור למיקטליה דלא ליזיל ולימא אמר להו רבי זכריה יאמרו מטיל מום בקדשים יהרג
אמר רבי יוחנן ענוותנותו של רבי זכריה בן אבקולס החריבה את ביתנו ושרפה את היכלנו והגליתנו מארצנו

ביי איד הייסט דאס א מסור ודינו מבואר, דו מיינסט אז א ביי א גוי איז מען מעהר מקיל אדער מער מחמיר.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/9/2007 14:11 לינק ישיר 

שלאגן פרידליכע מענטשן פאר'ן טאן וואס זיי האלטן אז ס'איז ריכטיג צו טאן?

סארי, נישט איך.

ווער רעדט נאך פון דעם אז דאס וועט זיי ברענגען גענוי וואס זיי זוכן: פובליסיטי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/9/2007 04:28 לינק ישיר 

ווייל די שכל ליגט זיי ביים אינטערשטען שפיץ פין דיין ענדע צדיק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/9/2007 20:18 לינק ישיר 

סך הכל האלטען זיי ווי דער מחבר סי´ תר"ה אז יש למנוע המנהג (ולכמה גרסאות, מנהג שטות). איז פארדעם קומט זיי קלעפ?!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/9/2007 19:52 לינק ישיר 

פינדאדארט

פאר קלעפ האט יעדער מורא. איך האב נאר מורא אז זיי האבן שומרים און נאך אפשר די פאליציי אליינס.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/9/2007 04:14 לינק ישיר 

דיין עצה וועט סך הכול ברענגן פאר זיי, און פאר זייער אגענדע, די געזיכטע פאבליסעטי.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > Peta Staking Anti-Kapporos Campaign
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext