בית פורומים כל העולם כולו

טעראר האט ווידער אויסגעפירט אין וומסב"ג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/9/2007 15:53 לינק ישיר 
טעראר האט ווידער אויסגעפירט אין וומסב"ג

די עסן טרעקעל איז שוין נישט דארט געווען נעכטען. 
 

תוקן על ידי יכול ב- 20/09/2007 15:54:08




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2007 18:26 לינק ישיר 

רבותי, לאמיר אלע גיין שטיצן א איד וואס האט די הסכמה פון אסאך היימישע ווילימסבורגע רבנים. יא, איר האט ריכטיג געלייענט. גייט און פרעגט זיך נאך פריוואט וועט איר הערן פון אסאך רבנים וואס זאגן אז זיי ווייסן נישט על מה יצא הקצף . טוט א מצוה און שטיצט דעם איד וואס די קנאים ווילן אויף אלע וועגן אים אומברענגען.

איך וועל נישט זיין אין שאק אז מען וועט אים אפילו ממית זיין פאר דעם חטא, פון זיך רייצן מיט די קנאים. עס וועט זיין א דבר פשוט מאוד.

דעריבער, ווערט געבעטן פון אלע ערליכע אידן וואס דער תורה איז זייער וועג ווייזער - און נישט וואס געמיינע פארברעכער וואס האבן הנאה ווען עס גיסט זיך אומשילדיג בלוט פון א איד - און צוזאמען וועלן מיר ווייזן אז מען דארף אים יא האבן אין אונזער שטאט (וואס איז גראדע גאנץ ליידיג פון רעסטוראנטן) און אונז וויל מיר אים שטיצן און דאן וועלן זיך די התאחדות הגנבים ורוצחים בארעכענען און אים געבן א געהעריגע השגחה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2007 18:15 לינק ישיר 

דאס קען מען זאגען פשט אין דעם באקאנטן חנוכה מדרש   "הדודאים נתנו ריח זה ראובן שהציל את יוסף מן הבור"  "ועל פתחינו כל מגדים"   אז מען טוט אזוי וויא ראובן וואס האט מציל געווען דעם בארויבטן . "אשרו חמוץ" שטארקץ דעם בארויבטען " ולא אשרו חומץ" און געט נישט קיין חיזוק ח"ו פאר די רויבערס.

דעמאלס וועט זיין ועל פתחינו אויף די טיר פון טראק כל מגדים אלע גוטע עסן.

ווועגען דעם שטייט על פתחינו.  ווייל אז מען גייט אריין אין א געשעפט אדער א רעסטוראנט איז מען דאך אינווייניג. אבער ביים טראק שטייט מען נאר ביי די טיר

עס קומט פון אונדז אידען דא אמעריקא א הכרת הטוב מיוחד פאר הגה"צ ר"ש ליכטענשטיין שליט"א וואס ער האט א גרויס געוואלדיג חלק אין אויפבויען דאס כשרות דא אין אמעריקא פאר אונדז חסידישע אידען שאל אביך ויגדך זקיניך ויאמרו לך.
און ממילא איז זיכער אמת די הייליגע גמרא אין מסכת תענית "דבר שנצטער בו אותו צדיק (דעם ענין פון כשרות)וואס ער האט א סאך צוגעהאלפן.    ממילא  איז נישט מעגליך אז ח"ו יכשל בו זרעו.

ויאכלו ענווים וישבעו ברכו את השם א_קיככם וישפיע לכם ממעון קדשו מן השמים בברכות והצלחות




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2007 17:59 לינק ישיר 

איך וויל נאר מוסף זיין אויף זיינע ווערטער


מצוה לשמוע דברי חכמים

וואס עס איז שטייט  אין הונדערטער ספרים און אין ספר חרדים הקדוש די געוואלדיגע מצוה מדברי חז"ל להציל עשוק מיד עושקיו.

די שבטים הקדושים האבען זיכער געמיינט לשם שמים.  דאך זאגט די תורה הקדושה וישמע ראובן ויצלהו מידם. און ווען ראובן וואלט הונדערט פראצענט געוויסט אז עס איז מצוה (ער האט דאך געטון א קעגן רוב) וואלט ער עהם מיט געוואלט אהיימגעטראגען און זיך נישט גערעכענט מיט די מיינונג פון  די ברודער.
 אבער אפילו אזוי וואס ער האט געמיינט פונקט וויא זיי אז עס איז א מצוה עהם צו הארגענען דאך האט ביי עהם גובר געווען די צד אז אפשר נישט.

און דאך האבען זיי געזאגט אבל אשמים אנחנו. מיט זייער לשם שמים אינאיינעם.

איין כלל איז דא

סימן יש באומה זו . ביישנים רחמנים גומלי חסדים. ווער עס האט די מדות איז א סימן אז ער שטאמט פון דורי דורות אידען אז טאמער ער איז נישט קיין רחמן און ווייטער די אנדערע מדות.  איז זיכער אז ער איז נישט פון אידען. נאר ליידער כח אחר מעורב בו (גויישע רשעות)

עס איז באקאנט פון מראה יחזקאל וואס איז געווען רב הכולל אין די מדינה . אז ער שרייבט אז ליידער איז צווישן אונגארישע אידען געווען פאר הונדערטער יארן התבוללות ל"ע.. און די איינע סימן איז געבליבן ווער עס איז א עכטער איד.רחמנים.
דער הייליגער חת"ס ז"ל האט שוין ברוח קדשו ארויסגעווארפן הונדערטער מתבוללים(נעאלאגען) אבער זעהם אויס אז עס איז נאך אלץ דא ליידער דא בעווה"ר.

. מען האט געבעטען דעם קאסניער פארשעיר רבין שליט"א ער זאל משפיע זיין אויף עהם אז ער זאל נישט פארקויפן דא אין וויליאמסבורג . האט ער גענטפערט.   אז מען זאל עהם צוזאמענשטעלן יעדע וואך דאס געלט פאר פרנסה וועט ער אויפהערן צו פארקויפן.

דער הייליגער דברי יחזקאל זי"ע טייטשט מען זאגט בכניסתו לסוכה  "ותצילנו מזר"ם וומט"ר " זאגט ער אז עס איז דא רמ"ח מצוות עשה אין די די תורה.
און עס איז פאלשע קנאיםלעך. וואס לייגען צו נאך א מצוה

עס איז א מצוה יענעם אונטערצוברענגן. יענעם צו הארגענען רח"ל. און מאכען אנשטאט רמ"ח מצוות . מאכען זיי רמ"ט.

אדער נעמען זיי אראפ א מצוה . פון שטיצען און מחזק זיין אידען און זיי זאגען
און מאכען פון רמ"ח מצוות.  רמ"ז מצוות





עס איז א עבירה ביי יענעם צו קויפן אדער יענעם צו שטיצען.

דאס זאגט מען   "ותצילנו " זאלסט אונדז מציל זיין פון זר"ם דאס איז נאר רמ"ז מצוות עשה עשה זיי האבען אראפגענומען א מצוה פון יענעם מחזק זיין.
אדער "ממט"ר פון רמ"ט " זיי האבען צולייגען אמצוה יענעם אונטערצוברענגען.


מען האט געצווינגען אלע בעלי מכשירים מיט כל מיני טעראר און סטראשונקעס אז זיי זאלען נישט דערוואגען עהם צו געבען א הכשר. . ווען איך קען וועין  סקענען וואלט איך ארויפגעסקענט דעם בריעף וואס איך האב באקומען פון א חשובן רב אין וויליאמסבורג. . חוץ האט מען געקאלט און טעראריזירט די רבנים כדרכם מאז ומקדם על דרך החזרת העטרה ליושנה בדרכי נועמי המדות וד"ל
עד מתי לעדה הרעה הזאת אשר מלינים עלי את תלונות בני ישראל אשר המה מלינים עלי שמעתי (רש"י איז מרמז אויף דעם ווארט תלונות (מארמאריש בלע"ז ) די מארמארישע בעלי מחלוקת וד"ל) 

 זיי זענען ח"ו גורם אז אידישע קינדער זאלן זיך אפרעדען ח"ו אויף די תוה"ק אשר כל דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום
א פרייליכן חנוכה און א גוטע גמר חתימה טובה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2007 16:45 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2007 20:57 לינק ישיר 

קשיא 3#
איז די בעסטע פון אלע...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2007 18:27 לינק ישיר 

איך האלט נישט אז עס פעלט אויס פאר וויליאמסבורג א טראק וואס פארקויפט עסן אויף די גאס.

איך האב אבער 3 פראגעס, וואס דארף געפרעגט ווערן:

1) פארוואס אין קרית  יואל איז עס מותר, און עס איז נישט קיין סכנה פאר אידישקייט דארט?
2) פארוואס איז די אויסגעלאסענע עטרת בלעם נישט אזוי וויכטיג צו שיקן ווארענונגען איבער די פריצות.
3) וואס וואלט געווען אויב דער אייגענטימער פון די פרעס טראק הייסט: יאקאבאוויטש... אדער לעפקאוויטש  (נישט עפעס א ליכטענשטיין פון מאנסי)?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2007 17:23 לינק ישיר 

פרישע פאשקעוויל ארומגעשיקט אויף פאסט.






_________________

 



תוקן על ידי יכול ב- 04/12/2007 17:24:42




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/11/2007 23:14 לינק ישיר 

א מודעה וואס איז געווען ארומגעהאנגען אין וויליאסבורג נעכטען.


_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/10/2007 01:54 לינק ישיר 

עס וואלט געווען א גיטע זאך אויב איינער קען זאגען פאר די בעה"ב פונעם טראק אז ער זאל זיך אריינרוקן אויף קיעפ סטריט אזוי ווי ער איז געווען אנפאנג, פשוט ווייל אסאך מענטשען שעמען זיך צו ווארטען אין ליין אינמיטען ליע עוועניו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/10/2007 16:39 לינק ישיר 

די עסן טראק באשריבען היינט אין די ווילעדזש וואויס.



The Hasidim Get a Food Truck

Two months ago, Nathan Lichtenstein launched a business he hopes will become an empire -- or a fleet, really. Sub on Wheels is a kosher food truck catering to the Hasidic community in Williamsburg, but which welcomes us all. (Lichtenstein had never heard the term "hipster" before, but cheerfully reported that he gets "all types.") I discovered it after seeing some friends, the band Rainbowsssss, play their psychedelic/improvisational/ experimental music the other night at Rock Star Bar. Not to get all sentimental or anything, but don't you love New York?

Lichtenstein, who called me "sweetie," but who somehow was not creepy, was born and raised in Williamsburg, but settled upstate. He used to own a restaurant in Monsey, New York, where he lives, but closed it two years ago when another guy opened a place down the street with 100 more seats and a very similar menu. Bastard!

To my slight disappointment, Sub on Wheels, which, just before midnight on a Thursday, had a steady stream of customers, doesn't serve focus particularly on Jewish food, but offers a mix of mainstream favorites, many inspired from other ethnicities, like the beef teriyaki sandwich, the sausage and peppers sub, and even schnitzel(!). For the record, they do have pastrami, chicken noodle soup, knishes, kugel, and an Israeli salad. We went for the popular "mixed grill" sub, at Lichtenstein's suggestion. It's one of the more expensive items, at $9.50, but it was about the size of my arm, making it plenty for two people. It was no masterpiece, but a grubby and enjoyable mix of beef, chicken, and grilled vegetables.

Sub on Wheels

Lee Avenue at Williamsburg Street West

Williamsburg

(845) 839-2579

6PM-12AM

http://www.villagevoice.com/blogs/food/archives/2007/10/the_hasidim_get.php



תוקן על ידי יכול ב- 23/10/2007 16:42:21




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/9/2007 23:19 לינק ישיר 

און ווער האט געהייסן אנשמירן "איצא'ס רעסטאראנט"?

אויך לי עוועניו פאוטו?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/9/2007 16:25 לינק ישיר 

ער האט געהאט געזאגט אז ער וועט נישט קומען מיטוואך צילוב א משפחה שמחה
אבער ער וועט זיין צירוק היינט אי"ה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/9/2007 16:03 לינק ישיר 

יעצט האט ער מסתם נאך אביסל מורא וועגן די פראטעסט, סאיז שווער צו גלייבן אז ער גייט אינגאנצן אוועקגיין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/9/2007 15:55 לינק ישיר 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > טעראר האט ווידער אויסגעפירט אין וומסב"ג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext