די "הכשר" פון "התאחדות הרבנים"
אין קרית יואל איז היי יאר אנגעקומען עמיצער פון א מאנסי מיט א טראק וואס פארקויפט מאראקא אתרוגים אויפן פארקינג לאט קעגן איבער די ביהמ"ד, פאר ארום 25$ א אתרוג. ער האט גאנץ שיינע סחורה.
ער דערציילט אז פאריאר האט ער גענומען א הכשר פון התאחדות הרבנים, אבער "קיינער פון התאחדות איז קיינמאל נישט אראפגעקומען זען מיין פלאץ , מיין סחורה, אדער פון וואו און וויאזוי איך האב געשניטן". האט ער באשלאסן אז היי יאר וועט ער זיך איינשפארן די 500$, אויב התאחדות טראסט אים דורכן טעלעפאן, פארוואס זאל נישט יעדער פריוואטער מענטש אים קענען טראסטן? העכסטנס אויב ספעלט אויס וועט ער צושטעלן א טעלעפאן נאמבער וואו יענער זאל אים קענען קאלן.
[נישט ווייל איך האלט אז אתרוגים דארפן נישט קיין הכשר. אפילו מאראקא איז שוין דא היינט מורכבים, סטוט נאר וויי צו זען ווי שטארק די התאחדות הכשר איז געפאלן].
|
|