בית פורומים כל העולם כולו

נעילת החג רעביסטעווע גרייט זיך צו די בילדער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/9/2007 04:39 לינק ישיר 
נעילת החג רעביסטעווע גרייט זיך צו די בילדער

 

די ערשטע טעג סוכות אריינגערעכענט שב''ק חול המועד 

זענען געווען ביים נעילת החג רבי ביזי בזיונות.

סיי ביי די תפילות אין ראדני און אויך אין די סוכה איז געווען אומגלויבליך ליידיג.

דער טרייסט איז אבער אז צו די צייטן ווען מען כאפן בילדער וועט מען יא קומען..

מהרז''ל וועט אריין גיין אין די היסטאריע אלס דער נעילת החג רבי.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/10/2007 07:52 לינק ישיר 

רוף עס Odds רוף עס ווי אזוי די ווילסט, און לייג אריין דער ווארט וואס די גלייכסט די בעסטע און מיין פריערדיגע תגובה, עס שטימט נאך אלס.

דאס וואס די האסט יעצט (כדרכך) נאכאמל משנה דיין טענה צו: "אז ביי 'זיינע' חסידים וועט ער זיין פארהייליגט" דאס האב איך נישט מתווכח געווען מיט דיר, איך האלט אויך אזוי. און לכאורה וועט דאס אנהאלטן ביי 'זיינע' חסידים ביז דעם משיח'ס טאג.
און איך האלט נישט אז זיי זענען לאוזערס פארן האלטן פון איהם. מען האט דאס אריין געפרעידגט אין זיי די לעצטע 24 יאהר און עס האט זיך אריינגעגעסן, דערפאר זענען זיי טאקע נאר תינוקת שנשבה.

און שיסן?? ח"ו!!  מען דארף קיינעם נישט שיסן און אוודאי נישט איינער וואס האלט זיך אין איין שיסן אליין.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/10/2007 04:36 לינק ישיר 

לולבים ביים ליינען????????????




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/10/2007 04:36 לינק ישיר 

הבדלה, וואס מאכסטיך טעמיש מיט נביאות, עתידות, דאס איז קיין שום נביאות, עס איז בלויז אן ענין פון GOING WITH THE ODDS, אין די ODDS זענען סטעקט אין פעיוואר אז ר' אהרן גייט זיין א פארהייליגטער צדיק עד ביאת הגואל, און דאס איז טאקע דייקא נאר ווייל ער איז פארהייליגט בקרב פרומע אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר בכל קצבי תבל, און אט די אידן וועלן איבערגעבן פאר די דורות הבאים די קדושה וצידקות פון ר' אהרן'ען און לערנען זיינע תורות דרכות והנהגות און ס'וועט אזוי אראפ גיין עד ביאת הגואל. איי די טענה'סט ר' אהרן איז דער שטן המשחית, נו, דאס נעמט נישט אוועק פון דעם אז טויזענטער אידן זענען זיך מחולק מיט דיר, זאלן אפי' א ביליאן מענטשן האלטן אז ר' אהרן איז דער גרעסטער חוטא ומחטיא, רירט עס נישט אוועק קיין אינטש די פאקט אז עס שטייען גרייט די טויזענטער ערליכע אידן צו מקדש זיין שמו עד ביאת הגואל.

הא גופא אז נאכן, לשיטתך, ארויסווארפן ר' אהרן פון סאטמאר, נאכן איהם דערנידערן צו עפעס א אויסגעשפילטער גאסן משוגענער ראצפערטער, וויזשניצע מאנראער רבי, קלעבן נאך אלס צו דעם לוזער טויזענטער "סאטמארע" אידן בכל קצבי תבל, און האלטן איהם פאר א קדוש קדוש, הא גופא האט היפש געהעכרט די ODDS אז גארנישט וועט שוין נישט אפשטעלן די מציאות אז ער גייט זיין א פארהייליגטער "סאטמארע רבי" עד ביאת הגואל, איך מיין וואס נאך קען מען טוהן? איהם שיסן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/10/2007 02:25 לינק ישיר 

קושקע,
קודם כל, די פראבירסט יא זייער אפען צו פארגלייכן די אמת'דיגע גדולים וקדושים מיט להבדיל
דיין רבי. קענסט זיי איבערבעטן אבער ביטע לייקען נישט זאכן וואס זענען שווארץ אויף ווייס.
 
יעצט לענין,
חוץ אויב די ביסט א נביא איז דיר נישט מעגליך צו וויסן ווי אזוי היסטאריע וועט שאצן די דאזיגע יאהרן און רבי'ס.
דיינע מעסטערס וואס די שרייבסט אליין איז באזירט אויף שכל און לאגיק, אבער זיי זענען נישט קיין נביאים, די בעסטע ריאה צו דעם זענען די בעלי דברים דא.
אין תשנ'ט האט שכל און לאגיק געזאגט אז לאחר מאה ועשרים פונעם רבין דער בירך משה זצ'ל וועט ר' אהרן ממלא מקום זיין, אבער קוק ווי די היסטאריע האט זיך למעשה אויסגעשפיעלט (אין קנאפע זיבן יאהר) האט ר' אהרן אפילו נישט קיין דריסת הרגל אין די הויפט סאטמארע אנשטאלטן, נישט אין די שוהלן און נישט אין די מוסדות. און כדי זיך צו מאכן פאר א רבי האט ער געמוזט עפענען אייגענע שוהלן און מוסדות און רוב גרויסע אדער פראמינאטע סאטמארע געגענטער ווי וויליאמסבורג, ירושלים, מאנסי און קאנאדא ועוד.

בכלל זענען דיינע מעסטערס (די ערשטע צוויי) נישט קיין וועג ווי אזוי מען שאצט און געדענקט צדיקים ביז היינט.
גדולים וקדושים האט מען געשאצט און געדענקט לויט זייערער הנהגה, מדריגות און זייער עבדות השם.
צו זיי האבן געהאט אסאך חסידים אדער זייער פארברענטע חסידים האט נישט אויסגעמאכט.

למעשה, דער עתיד קענען מיר נישט וויסן, אבער דעם עבר ווייסן און געדענקען מיר זייער גוט.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/10/2007 02:20 לינק ישיר 

(צוריק צום נושא פונעם אשכול)
זשוליאני08, ווי איז בכלל א פארגלייך צווישן די אויסטראכטונג פון פרעמדע צו די געשענישן וואס אנשי שלומני האבן געזעהן, געהערט און מיטגעלעבט??

זייער שוואך פון דיר!
 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/10/2007 23:12 לינק ישיר 

פארוואס האסטו אראפגענומען דעם זייגער פון דעם בילד?


דאס פריערדיגע  בילד איז פונעם ליינען, און מען זעט דעם גבאי'ן אויפ'ן בילד, ווי אויך בחורים וואס גייען דורך בענטשן גומל.

און אגב, פארוואס געסטו נישט קיין בילד פונעם גאנצן ביהמ"ד,?

עס איז דאך געווען ליידיג?

הא?

לוזער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/10/2007 22:43 לינק ישיר 

פונקטליך ווי מ'האלט איז קיין גרויסע חילוק, ביי ר' זיידל קרעטשניף איז דא א גרעסערער ציבור ביים ליינען, אויב איז עס ביים ליינען,  ס'איז חרפות אז מען קען דארט כאפן אזא בילד אום הושענה רבא, ס'איז נישט פארן דאווענען און נישט נאכן דאווענען, מענטשן האלטן נאך די לולבים אין דער האנט, און ס'איז פוסט, וויסט און ליידיג, גאנצע צוויי אינגלעך, עםםם אנטשולדיגט, דריי אינגלעך אויף די פארענטשעס בשעתן דאווענען, וואספארא ליצנות, און ער ענטפערט נאך ווי חכם אז עס איז ביים ליינען,

און אויב דאס איז ביים ליינען, נאדער א בילד ווי דער באלעמער האט אויסגעקוקט ביים ליינען.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/10/2007 22:32 לינק ישיר 

דוד46. ניכרים דברי אמת. אבער פארן ליינען איז דאס אויכעט חרפות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/10/2007 22:29 לינק ישיר 

אוי קאסט מיר א לאך


מען זעט דעם משב"ק הרה"ח ר' משה פריעדמאן אויפ'ן באלעמער, ווען שטייט ער דארט ביי די נענועים אדער ביים ליינען?

איין זאך איז אמת, וואס דו שרייבסט אז עס איז3:15, און דעמאלסט האט מען טאקע געהאלטן ביים ליינען.

מען איז פארטיג געווארן מיט מוסף 3:45



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/10/2007 22:22 לינק ישיר 

פערטיל נאך דריי ביי די נענועים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/10/2007 22:14 לינק ישיר 

יעצט באקימען נאך א בילד, גענימען אין די זעלבע צייט, עס איז אינמיטן הלל ביי די נענועים,

אויפן בלעמער קען מען זעהן מענשטן וואס קוקן זיך צו צו די הייליגע נענועים, אין דער צייט וואס אנדערע מענטשן, מיט די לולבים אין זייערע הענט, ריען זיך שוין אפ אויף די פול אויסגעלייגטע בענק, נאכן זיך שטיפן אריינצוכאפן א בליק אויפן רבין...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/10/2007 21:52 לינק ישיר 

אנטשולדיגט פארן אריינהאקן אינמיטן די נעילת החג, אבער איינער האט מיר אריינגעשיקט עטליכע בילדער פון הושענה רבא וויל איך עס ארויפלייגן,

אט איז א בילד פון ראדני, די מעריב זייט פארענטשעס, ערגעץ אינמיטן דאווענען, צווישן הלל און קלאפן די הושענת, א איד שטייט מיטן טלית רעכסט, און א אינגל אויף די פארענטשעס האלט זיינע נישט-געקלאפטע הושענות אין א פלאסטיק בעג,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/10/2007 21:29 לינק ישיר 

קושקע A-1 צום פינטל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/10/2007 05:18 לינק ישיר 

קושקע, מיט וואס קען מען פארגלייכן ר'ר אלימלך, דער חוזה און דער צאנזער רב צו להבדיל דיין רבין???

האט ר' אלימלך גערופען אידישע קהילות אין גויאשע קאורטס?
האט דער חוזה געלאזט רופען זיין טאטע אין קאורט?
האט דער צאנזער רב זיך מתחצפף געווען אנטקעגן די זקן הרבנים ווען ער איז געווען א אינגערמאן?

האט ר' אלימלך געפירט בילבולים אנטקעגן אידישע עלטערן צו צוברעכן פאמיליעס און אוועקנעמען קינדער?
האט דער חוזה ארויסגעווארפן ערליכע אידן פון שוהלן אדער תינוקת של בית רבן פון חדר ווייל זיי האבן נישט געהאלטן פון איהם?
האט דער צאנזער רב פערזענליך געפירט א טעראר קאמפיין אנטקעגן זיינע מתנגדים?

די ליסטע קען אנגיין זייער לאנג, דער להבדיל איז דא נאטירלעך!

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/10/2007 01:24 לינק ישיר 

בשמחה תמיד דו האסט געקענט מתקן זיין און איבערלאזן '' ר' א. י. ש. פון בארא פארק ''



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > נעילת החג רעביסטעווע גרייט זיך צו די בילדער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext