| נשלח ב-8/10/2007 02:25 |
|
| |
קושקע,
קודם כל, די פראבירסט יא זייער אפען צו פארגלייכן די אמת'דיגע גדולים וקדושים מיט להבדיל
דיין רבי. קענסט זיי איבערבעטן אבער ביטע לייקען נישט זאכן וואס זענען שווארץ אויף ווייס.
יעצט לענין,
חוץ אויב די ביסט א נביא איז דיר נישט מעגליך צו וויסן ווי אזוי היסטאריע וועט שאצן די דאזיגע יאהרן און רבי'ס.
דיינע מעסטערס וואס די שרייבסט אליין איז באזירט אויף שכל און לאגיק, אבער זיי זענען נישט קיין נביאים, די בעסטע ריאה צו דעם זענען די בעלי דברים דא.
אין תשנ'ט האט שכל און לאגיק געזאגט אז לאחר מאה ועשרים פונעם רבין דער בירך משה זצ'ל וועט ר' אהרן ממלא מקום זיין, אבער קוק ווי די היסטאריע האט זיך למעשה אויסגעשפיעלט (אין קנאפע זיבן יאהר) האט ר' אהרן אפילו נישט קיין דריסת הרגל אין די הויפט סאטמארע אנשטאלטן, נישט אין די שוהלן און נישט אין די מוסדות. און כדי זיך צו מאכן פאר א רבי האט ער געמוזט עפענען אייגענע שוהלן און מוסדות און רוב גרויסע אדער פראמינאטע סאטמארע געגענטער ווי וויליאמסבורג, ירושלים, מאנסי און קאנאדא ועוד.
בכלל זענען דיינע מעסטערס (די ערשטע צוויי) נישט קיין וועג ווי אזוי מען שאצט און געדענקט צדיקים ביז היינט.
גדולים וקדושים האט מען געשאצט און געדענקט לויט זייערער הנהגה, מדריגות און זייער עבדות השם.
צו זיי האבן געהאט אסאך חסידים אדער זייער פארברענטע חסידים האט נישט אויסגעמאכט.
למעשה, דער עתיד קענען מיר נישט וויסן, אבער דעם עבר ווייסן און געדענקען מיר זייער גוט.
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/10/2007 04:36 |
|
| |
הבדלה, וואס מאכסטיך טעמיש מיט נביאות, עתידות, דאס איז קיין שום נביאות, עס איז בלויז אן ענין פון GOING WITH THE ODDS, אין די ODDS זענען סטעקט אין פעיוואר אז ר' אהרן גייט זיין א פארהייליגטער צדיק עד ביאת הגואל, און דאס איז טאקע דייקא נאר ווייל ער איז פארהייליגט בקרב פרומע אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר בכל קצבי תבל, און אט די אידן וועלן איבערגעבן פאר די דורות הבאים די קדושה וצידקות פון ר' אהרן'ען און לערנען זיינע תורות דרכות והנהגות און ס'וועט אזוי אראפ גיין עד ביאת הגואל. איי די טענה'סט ר' אהרן איז דער שטן המשחית, נו, דאס נעמט נישט אוועק פון דעם אז טויזענטער אידן זענען זיך מחולק מיט דיר, זאלן אפי' א ביליאן מענטשן האלטן אז ר' אהרן איז דער גרעסטער חוטא ומחטיא, רירט עס נישט אוועק קיין אינטש די פאקט אז עס שטייען גרייט די טויזענטער ערליכע אידן צו מקדש זיין שמו עד ביאת הגואל.
הא גופא אז נאכן, לשיטתך, ארויסווארפן ר' אהרן פון סאטמאר, נאכן איהם דערנידערן צו עפעס א אויסגעשפילטער גאסן משוגענער ראצפערטער, וויזשניצע מאנראער רבי, קלעבן נאך אלס צו דעם לוזער טויזענטער "סאטמארע" אידן בכל קצבי תבל, און האלטן איהם פאר א קדוש קדוש, הא גופא האט היפש געהעכרט די ODDS אז גארנישט וועט שוין נישט אפשטעלן די מציאות אז ער גייט זיין א פארהייליגטער "סאטמארע רבי" עד ביאת הגואל, איך מיין וואס נאך קען מען טוהן? איהם שיסן?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/10/2007 04:36 |
|
| |
לולבים ביים ליינען????????????
|
|
|
|
| נשלח ב-8/10/2007 07:52 |
|
| |
רוף עס Odds רוף עס ווי אזוי די ווילסט, און לייג אריין דער ווארט וואס די גלייכסט די בעסטע און מיין פריערדיגע תגובה, עס שטימט נאך אלס.
דאס וואס די האסט יעצט (כדרכך) נאכאמל משנה דיין טענה צו: "אז ביי 'זיינע' חסידים וועט ער זיין פארהייליגט" דאס האב איך נישט מתווכח געווען מיט דיר, איך האלט אויך אזוי. און לכאורה וועט דאס אנהאלטן ביי 'זיינע' חסידים ביז דעם משיח'ס טאג.
און איך האלט נישט אז זיי זענען לאוזערס פארן האלטן פון איהם. מען האט דאס אריין געפרעידגט אין זיי די לעצטע 24 יאהר און עס האט זיך אריינגעגעסן, דערפאר זענען זיי טאקע נאר תינוקת שנשבה.
און שיסן?? ח"ו!! מען דארף קיינעם נישט שיסן און אוודאי נישט איינער וואס האלט זיך אין איין שיסן אליין.
_________________
|
|
|
|
|