בית פורומים כל העולם כולו

ברוך דיין האמת: כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא זצ"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/10/2007 08:18 לינק ישיר 
ברוך דיין האמת: כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא זצ"ל

ברוך דיין האמת: כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא זצ"ל



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/10/2007 04:58 לינק ישיר 

פארן כבוד פון נפטר וועל איך שווייגן כלשונך

אבער ווער רבי אביש איז ווייסט יעדער איינער
און ווי אזוי ער האט ...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-2/10/2007 04:44 לינק ישיר 

ר' זיידל הרבה יותר מה שקריתי כאן כתוב כאן
איך האב יעצט נישט ביינאכט צופיל צייט דערצו, אבער אז דו ווילסט קען מען אנהויבען פין די סוף למ"ד יארען די פרשה מיט די רייזמאן, די גרויסע אהבה פון רבי הערשעלע מיט זיין רעביצען, צי זייער זוהן דעם נפטר, מיט די אלע שקרים וואס ר' נטע האט היינט פארקויפט ביי די לויה ביי זיין הספד, איך האלט אז יעצט איז אויך נישט דער זמן דערצו, עת לכל, נישט יעצט ווען מען האט באגראבען דעם אידען

איך וועל זיך האלטען צו די טריקענע פאקטען פון די לעצטע 24 שעה, וואס זיינע אייגענע קינדער האבען איהם מבזה געווען, וואס פשוטע אידען טוען נישט צו זייער טאטען א פויער, כש"כ פאר א איד א בנש"ק וכו'

די פלאץ אויף די רעכטע זייט פין זיין טאטע האט מען שוין מסדר געווען נאכדעם וואס וואגשאהל איז אוועק, יעצט האבין בני ר' בעריש פארלאנגט צוויי זאכען, א] די קבר זאל זיין צמוד לקברו פון ר' הערשעלע. ב] מזאל עס ארויףרוקען א ביסעל כדי די מצבות זאלען זיין גלייך ס'זאל נישט אויסקוקען מאדנע.

אויף סעיף ב' האט ר' אביש גלייך מסכים געווען נעכטען, אויף סעיף א' האט ר' אביש פארלאנגט אז ס'זאל זיין אפגערוקט קנאפע צוויי פיס פון אלע פיר זייטען פון טאטע כדי מען זאל קענען צוקמען געהעריג, און אויף דעם האט ער נישט געהאלטען ביים מוותר זיין, און מיט רעכט, למעשה איז געבליבען דורך די פארהאנדלינגען פון ר' ישראל האגער א שוואגער פון ר' בעריש נאך נעכטען אין שפיטאל (אנגהויבען פאר יציאת נשמה).

היינט אידערפרי איז ר' בעריש קינדער זלמן ליב מיט נאך ארויף צו אביש אנגעהויבן פון פריש אפשר דאך וכו' און אנגעשטינקען די שטאט, משוגע געמאכט געשיקט ר' ישראל האגער איטליכע מאל אהין און צוריק ביז ער האט שוין מער נישט געוואלט גיין, אויף געהאלטען די טאטע'ס לויה געשאלטען ימ"ש וכו' ביי ר' אביש און שטוב געקאפעט און געשטויסען, און וואס האט ער אויף געטוען גארנישט

נאך די לויה פאר ארויף גיין אויף די ב. קיו. אי האט זיך די מטה אפגעשטעלט און רבי אביש איז צוגעגאנגען אפאר מינוט מען האט א יעדען אוועק געשיקט, ער איז געווען אליין אפאר מינוט

בני ר' בעריש האבין פראבירט צו מאכען א שטיקעל אין בית החיים ביים גראבען, אבער מען האט דאס באצייטאנס געכאפט (בל"נ שפעטער וועל איך עס שרייבען)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/10/2007 03:31 לינק ישיר 

האט ווייער
איינמאל וואס איך מוז זיך קריגן מיט דיין קרעדיטביליטי

ר בעריש האט געשריבן און געזאגט פונקטליך וואס ער וויל אזש אלע ברודער האבן באוואונדערט ווי ער האט בארירט יעדן דיטעיל

ער האט געזאגט אז ער וויל ליגן אפגערוקט פון טאטן מען זאל קענען אדורך גיין און ר אביש האט נישט געוואלט אויך האט מען געגראבן דעם קבר נאכן נאכגעבן (דאס נאכגעבן פון ר אביש איז געווען נאכן פארלאנגען בכל תוקף א מושב בית דין טאקע יעצט ווען מתו מוטל נאכן טהרה צווי שעה כאבן דומם) אביסל ארויף צו פון די שוועסטער אבער למעשה האט מען נאכצוגעגראבן און מען האט מקיים געווען רצון המת


און דאס וואס דו זאגסט מען האט געגאסן פעך און שוועבל אויף ר אביש
האט ער נישט גערעדט ריכטיג
ווער האט געקויפט 192 קיעפ ר בעריש מיטן איהלער געלט
ווער האט געקויפט דאס בית החיים ר בעריש מיט די אייגן געלט
והעולה על כולנה
ווער האט געבויט דעם טאטן אלע יארן!!

זאלן זיין מענטשן וואס האבן זיך געדרייט ביים טאטן און וויסן אז מען טאר נישט אריבערטרעטן דעם שוועל פון ר בעריש

ווילאנג מען האט נישט געוואוסט אז ר בעריש איז קראנק האט זיך קיינער נישט באוויזן

יא יא 
יעצט ווען ר בעריש איז אוועק בעירום ובחוסר כל
גייט שוין ר"א צוטיילן די ירושה 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-1/10/2007 22:47 לינק ישיר 

בעצם האט שוין ר' אביש געגעבען א פלאץ ווען די שוועסטער איז אוועק, לעבען זייער טאטען, פאר ר' בעריש, מען האט זיך געשלאגען אפיציעל וועגען ווי נאנט, ר' בעריש'ס קינדער האבין געוואלט לייגען ממש נאנט ס'זאל נישט זיין קיין שום פלאץ אונדערצווישען, די חברה קדישא (ר' אביש) האט געוואלט ס'זאל א פוס צוויי אפגערוקט

יודעי ח"ן זאגען אז די עיקר האט מען זיך געשלאגען וועגען שטרי בירורין, ר' בעריש קינדער האבין פארלאנגט מען זאל גיין צו דין תורה וועגען די בעלות אויף די בית החיים

ר' אביש האט גענטפערט אז ער איז מסכים צו גיין לדין תורה, אבער בתנאי אז אלע ספינקא נכסים זענען בכלל, ווי למשל די Y בילדינג, פאמאנע, קעמפ אד"ג. וואס אויף דעם זענען ר' בעריש'ס קינדער נישט מסכים

דערווייל ביי די לויה האבין עטליכע מספידים געגאסען פעך און שוועבעל אויף ר' אביש, כאילו ער איז שולדיג אז ר' בעריש איז אזוי אוועק קראנקערהייט וכו'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברוך דיין האמת: כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא זצ"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext