ר' זיידל הרבה יותר מה שקריתי כאן כתוב כאן
איך האב יעצט נישט ביינאכט צופיל צייט דערצו, אבער אז דו ווילסט קען מען אנהויבען פין די סוף למ"ד יארען די פרשה מיט די רייזמאן, די גרויסע אהבה פון רבי הערשעלע מיט זיין רעביצען, צי זייער זוהן דעם נפטר, מיט די אלע שקרים וואס ר' נטע האט היינט פארקויפט ביי די לויה ביי זיין הספד, איך האלט אז יעצט איז אויך נישט דער זמן דערצו, עת לכל, נישט יעצט ווען מען האט באגראבען דעם אידען
איך וועל זיך האלטען צו די טריקענע פאקטען פון די לעצטע 24 שעה, וואס זיינע אייגענע קינדער האבען איהם מבזה געווען, וואס פשוטע אידען טוען נישט צו זייער טאטען א פויער, כש"כ פאר א איד א בנש"ק וכו'
די פלאץ אויף די רעכטע זייט פין זיין טאטע האט מען שוין מסדר געווען נאכדעם וואס וואגשאהל איז אוועק, יעצט האבין בני ר' בעריש פארלאנגט צוויי זאכען, א] די קבר זאל זיין צמוד לקברו פון ר' הערשעלע. ב] מזאל עס ארויףרוקען א ביסעל כדי די מצבות זאלען זיין גלייך ס'זאל נישט אויסקוקען מאדנע.
אויף סעיף ב' האט ר' אביש גלייך מסכים געווען נעכטען, אויף סעיף א' האט ר' אביש פארלאנגט אז ס'זאל זיין אפגערוקט קנאפע צוויי פיס פון אלע פיר זייטען פון טאטע כדי מען זאל קענען צוקמען געהעריג, און אויף דעם האט ער נישט געהאלטען ביים מוותר זיין, און מיט רעכט, למעשה איז געבליבען דורך די פארהאנדלינגען פון ר' ישראל האגער א שוואגער פון ר' בעריש נאך נעכטען אין שפיטאל (אנגהויבען פאר יציאת נשמה).
היינט אידערפרי איז ר' בעריש קינדער זלמן ליב מיט נאך ארויף צו אביש אנגעהויבן פון פריש אפשר דאך וכו' און אנגעשטינקען די שטאט, משוגע געמאכט געשיקט ר' ישראל האגער איטליכע מאל אהין און צוריק ביז ער האט שוין מער נישט געוואלט גיין, אויף געהאלטען די טאטע'ס לויה געשאלטען ימ"ש וכו' ביי ר' אביש און שטוב געקאפעט און געשטויסען, און וואס האט ער אויף געטוען גארנישט
נאך די לויה פאר ארויף גיין אויף די ב. קיו. אי האט זיך די מטה אפגעשטעלט און רבי אביש איז צוגעגאנגען אפאר מינוט מען האט א יעדען אוועק געשיקט, ער איז געווען אליין אפאר מינוט
בני ר' בעריש האבין פראבירט צו מאכען א שטיקעל אין בית החיים ביים גראבען, אבער מען האט דאס באצייטאנס געכאפט (בל"נ שפעטער וועל איך עס שרייבען)
 |
|
|