דאס איז וועס TENTTEROR שרייבט אין א אנדערע פורום
פשוט א יצאו עיניך פאר די ארונים, דידן נצח וויינגארטן אריין אהרן ט"ב ארויס
א איד וואס האט איבערגעלעבט די גרעסטע טעראר די גרעסטע רציחה אין סאטמאר, וואס זיין איינציגע עבירה איז געווען ווייל ער האט געהאלפן פאר יוסף וואלדמאן פירן זיין סוקסעספולן מלחמת יוסף קעגן די אהרונים
פאר דעם האבן זיי אים געוואלט ממש הרגנ'ען.
אבער דער באשעפער האט אים געהאלפן אז ער האט איבערגעלעבט זיינע רוצחים
און זכות פארן מסירת נפש פון זיין מלחמה קעגין די ארוינים,
און ער שעפט יעצט נחת פון זיינע פירות פון זיין געוואלדיגע הצלחה וואס ער זעיט מיט זיינע אייגענע אויגען אין דעם גרויסן סאטמארן בית המדרש וואס דער רבי זי"ע האט מייסד געווען!
און עס איז בבל יראה ובבל ימצא קיין זכר נישט פון קיין איין ארויני נישט!
דאס איז זיין נחת
און א קאמפלעט יצאו עינך פאר אהרן טייטלבוים וכת דילי
הרה"ג ר' יצחק לייב וויינגארטן אריין אין סאטמאר!
און אהרן טייטלבוים ארויס פון סטאמאר, קיין דריסת הרגל אין דעם הייליגן סאטמארן ביה"מ אין מוסדות סאטמאר, !!!!
און דאס איז וואס יענקעלע11 האט אים געענטפערט
מפני חביבות הלשון האב איך עס אהער געברענגט מיט'ן רשות פון יענקעלע
דו נאריש יונגעלע וואס דו ביסט,
די גרעסטע ניצחון וואס די אהרונים האבן איז אז יצחק לייב ווינגארטן
און יוסעלע וואלדמאן טאנצן מיט זלמן לייב,
און רבי יקותיאל הערש ווערצבערגער און רבי יוסף יושע גראס
מיט רבי אברהם שלום עפשטיין שליט"א, וכיוצא בהם נאך טויזענטער און
טויזענטער חסידי סאטמאר מקדמת דנא טאנצן מיט רבינו שליט"א,
בו בזמן וען ישראל חיים מנשה פריעדמאן טאנצט אויף ראסס סטריט
זלמן לייב פיליפ טאנצט אויף קיעפ סטריט, און זלמן לייב טייטלבוים
טאנצט מיט ברוך מרדכי אקערמאן, יוסעלע וואלדמאן און יצחק לייב וויינגארטן
און די זעלבע צייט קומען זיך צוזאם טויזענטער אידן כאיש אחד בלב אחד בצילא דמהימנותא
כבוד קדושת רבינו הקדוש והטהור שליט"א
אין גרויסן "סאטמאר'ן" בית המדרש, און טאנצן פארן הייליגן באשעפערן
מיט אלע כוחות ממש עד כלות, דאס איז אונזער ניצחון,
יא, איך פארשטיי אז מיר טאנצן אויף "הופפער סטריט" און איר טאנצט
אויף "ראדני סטריט", אבער איך וואלט געטוישט ראדני סטריט מיט יוסעלע וואלדמאן
פאר הופפער סטריט מיט רבי יוסף יושע גראסס עני טיים,
זאג נאר טיפש'ל, וויפיל מאל האט דער הייליגער עצי חיים זי"ע געטאנצן הקפות
אויף "ראדני סטריט", הא?, אדער דער הייליגער קדושת יום טוב אדער דער הייליגער
ייטב לב זי"ע, וויפיל מאל האבן זיי געטאנצן אין "ראדני",
ווייסן טאקע נישט די צדיקים הקדושים ישראל חיים מנשה, זלמן לייב פיליפ און שלמה לייב
וויינבערגער אז הקפות וואס מען טאנצט "נישט" אין ראדני, איז גארנישט ווערט,
איך וועל דיר פארציילן אביסל היסטארי, עס איז געווען א סאטמארער רבי וואס מיר אהרונים רופן
"דער הייליגער בעל דברי יואל זי"ע" און די זאלונים רופן עם דער "בעל ויואל משה זי"ע"
עכ"פ, דער דאזיגער סאטמארער רבי האט געוואוינט אין די שטאט סאטמאר אין ראמעניע,
און געהאט דארט א שיין בית המדרש ווי ער האט געפירט זיין מלוכה, דארט האט ער
געפירט "מלכות סאטמאר" דארט האט ער געזאגט זיינע שלש סעודות תורות,
דארט האט ער געזאגט זיינע תקיעת שופר/כל נדרי דרשות, דארט האט ער געטאנצן
הקפות, וכו', ביז עס איז געקומען א היטלער ימ"ש, און האט עם ארויס געטראסקעט פון
זיין בית המדרש, און זייט דעמאלטס האט ער דארט קיין דריסת הרגל נישט געהאט,
וואס מיינסטו האט דער סאטמארער רבי געטוהן?, זיך געבויט א נייעם בית המדרש ערגעץ
אין אמעריקע אויף בעדפארד עוועניו, טויזענטער מייל אוועק פון זיין בית המדרש פון ווי ער איז אזוי מיאוס
געפלויגן, און האט דארט אנגעהויבן צו טאנצן הקפות און אויפבויען זיין נייע מלוכה'לע,
וואס מיינסטו איז געווארן פון זיין אלטן בית המדרש?, קוהעלעך פאשן דארט,
יא, אין "זיין" בית המדרש וי ער האט "נישט" קיין דריסת הרגל דרייען זיך קוהען,
ער, דער גרויסער סאטמארער רבי האט דארט "נישט" געהאט קיין דריסת הרגל,
און גרויסע גראבע קוהען האבן זיך דארט געדרייט פארנק און פריי,
אין עם כל זה איז ער געבליבן דער "הייליגער סאטמארער רבי"
אבער אין א "ניי" בית המדרש, טויזענטער מייל אוועק פון דארט.
יא, ווער מיינסטו איז געבליבן דער סאטמארער רבי?
דער פאסטוך פון די קוהעלעך, אדער דער וואס האט זיך געפענט א ניי בית המדרש
ווייט ווייט אוועק, ענטפער דו אליין!!!
סא, היסטארי ריפיטס איטסעלף,
די קוהעלעך אריין אין ראדני!
און (רבינו הקדוש רבי) אהרן טייטלבוים ארויס פון ראדני,
קיין דריסת הרגל אין דעם הייליגן ראדני ביה"מ האט ער נישט,
נאר די קוהעלעך און קעלבלעך דרייען זיך דארט!!!!
אבער וואס מיינסטו? ווער איז געבליבן דער סאטמארער רבי?
דער וואס דרייט זיך און פאשעט דו קוהעלעך אויף "ראדני סטריט"
אדער דער וואס טויזענטער סאטמארער חסידים זענען זיך מסתופף בצל קורתו?
אפילו ס'איז אויף "הופפער סטריט".
 |
|
|