|
|
| נשלח ב-9/10/2007 22:54 |
|
| |
האליגאנער
1- די אלע זאכן וואס דו דערמאנטס, מתיבתא, ביהמ"ד, קעמפס, איז שוין איבער צוויי יאר נישט אויפן טיש ביים בי"ד. א חוץ ביה"ח.
2 - דעם רמב"ם וואס דו שרייבסט, האט בית דין פארזען?, און זיך געלאזט שלעפן צוויי יאר מיט די אנדערע ענינים?
ווי די שרייבסט דארף זיך בי"ד נישט צופיעל זיצען, עס איז קלאר און פשוט.
אגב: פארוואס האט עטס אזוי שטארק מורא פאר פארמאכטע וואלן? עטס זענט טאקע נישט זיכער מיט ענקער מענטשן!
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2007 16:41 |
|
| |
1 - רוב פון די זיצונגען אין בי"ד זענען געווען פארנומען
מיט אפווענדען ענקערע תביעות - פאר די ערשטע יאר און א האלב אין בי"ד
האבען ענק געהאט דער platform אין בי"ד. קוק איבער די ערשטע זיבען פסקים
פון בי"ד וועסטו זעהן ווער ס'האט וועמען כסדר תובע געווען. ווען ס'איז
שוין געווען אונזער זמן צו רעדן, האט עטס אויך אונז פארדרייט מיט מסירות
קעגן ר' משה קעסלער און נאך לעצטענס א דאפעלטע פרשה מיט דער ביה"ח. ענק
זענען גלאטיק "תולה קללתו באחרים" - ענק פארדרייען דעם בי"ד א קאפ און
באשולדיגט אונז פארן שלעפן.
2 - דאס איז דיין בעסטע תירוץ, צו בי"ד האט פארזעהן דער רמב"ם?? זיי נישט פויל - קוק אליין נאך דעם רמב"ם. דו מיינסט אז בי"ד גייט דיך שוין זאגן וועלכע רמב"ם זיי קענען יא אדער נישט?
- בכלל דער רמב"ם איז נאר נוגע צו שררה אליין (ווייל אויף נכסים איז רעבצין אונגער יא ראוי ליורשו - און בי"ד האט ביז יעצט נאר דן געווען די נכסים) און איבערדעם האבן אונז געווינען די שררה אויף אלע מוסדות אין די אלע פסקי חלקי וזמני - בי"ד ווייסט יא פון דעם - און דער טענה פון
חתנו כבנו איז טאקע שוין לאנג אראפ פון טיש לגבי שררה.
- חוץ
מזה - דיין קשיא אויב ס'איז אזוי פשוט פארוואס שלעפט בי"ד - נו, לשיטתכם
אז "חתנו כבנו" איז גלאטע דעת תורה - פארוואס שלעפט בי"ד אזוי לאנג???
ענקערע טענות יעצט זענען אויף די פאלגענדע זאכען:
א.
עטס טענה'טס אז מוסדות זענען נכסים פרטיים און ממילא קומט ענק האלב
(מירושת מהר"ש - אבער בימי מהרנ"צ האט עטס געהאלטען אז כולו שלו) ב. און אויב בי"ד נעמט נישט אן די אויבערשטער טענה - האט עטס א backup טענה אלס קהילה שנתחלקה (מיט א מיעוט המינכר) ג. זענט עטס תובע דער מציאות'דיגע ירושה פרטית פון מהר"ש.
וואלן??
ענק האבן דאס פארלאנגט!! און בי"ד האט עס קיינמאל נישט געוואלט נאך געבען.
בי"ד האט יעצט אויך נישט געמאכט קיין וואלן. זיי ווילען נאר ווילען ווער
מאנט וועמען וואס. אין יעדער דין תורה מוז זיין א תובע און א נתבע און
בי"ד וויל וויסען מי ומי ההולכים. שטעל דיך פאר אז דו באקומסט א בריוו פון
א בי"ד אז איינער (אן א נאמען) מאנט דיך דיין הויז - ס'איז נישט דא אזא
זאך - אין א די"ת מוז מען וויסען ווער ס'איז דער תובע און ווער ס'איז דער
נתבע. ס'איז נישט שייך בכלל דער ענין פון אפען און פארמאכט.
יעצט ענטפער נישט קיין שטיות.
תוקן על ידי האליגאנער ב- 10/10/2007 17:13:18
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2007 17:16 |
|
| |
טאקע פארוואס האט עטס מורא פון וואלן?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2007 17:19 |
|
| |
זעהט אויס אז אויף די איבריגע ביסטו שוין מודה...
ענטפער די איבריגע - דערנאך וועל איך דיר מגלה סוד זיין וועגן די וואלן...
תוקן על ידי האליגאנער ב- 10/10/2007 18:03:04
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2007 20:01 |
|
| |
nu?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2007 20:11 |
|
| |
די תירוצים אויף די איבריגע האט מען שוין געשריבן און געשריבן.אזוי ווי דו האסט צייט, נעם דו זיך דו מי' און קוקט צוריק,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2007 20:48 |
|
| |
שוואכע תירוצים...
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2007 21:09 |
|
| |
וועט מען אויסווארטן דעם פסק פון בית דין] און דעמאלטס זעהן צו דו האסט נאך קשיות
_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2007 21:49 |
|
| |
חתנו כבנו איז נישט קיין טענה?
קענסט מיר ברענגען איין פוסק וואס האלט אזוי?
אויב יא קען ער זיך קריגען מיטן רמ"א דברי חיים אבני נזר מהרש"ם מהרם שיק ועוד ועוד ועוד ועוד?
אגב אז די שמועסט פון די טבערסקיס וויפיל אייניקלעך פון הייליגן קדושת ציון האלטען אז בן ציון איז יורש?
אפילו די שוועסטער פון הייליגער מהר"ש החיים עוד איתנו לאויוש"ט זאגען קלאר פאר יעדעם איינעם חוץ דעם וואס זיי פארציילגען די פערזענליכע מעלות פון ב"צ
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2007 22:02 |
|
| |
which mallot
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2007 00:07 |
|
| |
אילעוויטש
חתנו כבנו איז נישט קיין טענה?
חתנו כבנו איז נישט קיין הלכה פסוקה - ס'קען זיין אז ביי געוויסע אומשטענדען נעמט מען אן אז א איידעם האט געוויסע כוחות ווי א זוהן - אבער דאס איז זיכער נישט "על הכלל כולו יצא" און חתנו כבנו איז נישט קיין פאקט לגבי אלעס - דא ליגט ענקער טעות (ליין עס איבער נאכאמאל און נאכאמאל)...
קענסט מיר ברענגען איין פוסק וואס האלט אזוי?
קוק אויף די נעקסטע תשובה...
אויב יא קען ער זיך קריגען מיטן רמ"א דברי חיים אבני נזר מהרש"ם מהרם שיק ועוד ועוד ועוד ועוד?
קענסט ווארפען ווי פיל תשובות דו ווילסט - חתנו כבנו איז נישט קיין הלכה פסוקה - וואס יא? מ'טרעפט פון צייט צו צייט געוויסע פוסקים לגבי געוויסע אומשטענדען שרייבן זיי אז א איידעם האט געוויסע כוחות ווי א זוהן - אבער דאס צו נוצן אויף א אנדערע דין תורה מוז דער מציאות הדברים זיין די זעלבע ווי אין די תשובה - קיין איינס פון דו תשובות זענען נישט דומה צו אונזער פרשה און ממילא קען מען נישט קיין ראי' ברענגען צו אונז (חוץ פון דער אבני נזר, וואס זיין זוהן ברעגנט און א תשובה אז זיין טאטע האט חוזר געווען פון דעם אויף די עלטער). טייל פון די תשובות ווי למשל דער דברי חיים שטייט פונקט פארקערט, ס'איז נאך א ראי' צו אונז.
אגב אז די שמועסט פון די טבערסקיס וויפיל אייניקלעך פון הייליגן קדושת ציון האלטען אז בן ציון איז יורש?
פון די דירעקטער אייניקלעך - אלע וואס האבן זיך אלע מאל געדרייט אין באבוב האלטען אז רב"צ איז יורש, אפי' ר' יעקב יאסעלע, ר' ברוך דוד, ר' חיים הערשעלע, ר' שלום אליעזר, ר' אהרן טווערסקי און אפי' רב"צ פרישוואסער האלט אויך אז אונזער רב איז באבובער רבי - כהנה וכהנה. טייל פון זיי האבען סימפאטיע פאר רמ"ד.
די טווערסקי'ס חוץ ר' אהרן וואס איז מיט אונז, האבן זיך נישט געדרייט אין באבוב און זייער דעת פארנעמט נישט קיין ארט אין די מחלוקה (איך רעד נאר פון די אייניקלעך פונ'ם קדושת ציון).
אפילו
די שוועסטער פון הייליגער מהר"ש החיים עוד איתנו לאויוש"ט זאגען קלאר פאר
יעדעם איינעם חוץ דעם וואס זיי פארציילגען די פערזענליכע מעלות פון רב"צ.
די שוועסטערס זענען בכלל נישט תופס מקום ביי דעם...
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2007 00:47 |
|
| |
מיר האבן פארלוירן!
לויטן פסק פונעם בית דין צדק
ע"י רבני דקהל האלאגענער
איז נישט דא קיין חתנו כבנו!
רב"צ איז געווארן דער יורש!
רב"צ האט די צורה!
מען האלט שוין מעהר ווי 2 און האלה יאר, און די איבער טויזענט באבובער חסידים וועלן צוריקגיין און מקבל מרות זיין פונעם דעם נייעם יורש
מזל טוב מזל טוב
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2007 00:55 |
|
| |
זאט מיר האליגאנער די שעמסט זיך נישט צו שרייבען גראבע ליגענט וואס לכל הפחות האלט ליינער אין אלע היימישע ווייסען אז די ביסט א פשוטער שקרן?
חתנו כבנו איז א הלכה פסוקה במשך אלע דורות פון דעם רמ"א ביזן שבט הלוי עס איז געווען הונדערטער דיני תורות אין אלעמאל איז אזוי געבליבען בלי שום יוצא מהכלל יעדער וואס האט אמאל געקוקט אין תשובה ספרים ווייט דערפון.
צו די ווילסט יא צו די ווילסט נישט
די אלע אייניקלעך וואס די האסט אויסגערעכט האלטעון אז רמ"ד איז ממלא מקומו, די האסט פשוט פון ליגענט גארנישט מורא.
איינער פון די וואס די האסט דא אויסגערעכט האט מיר אליין געזאגט אז הגם ער האלט בן ציון מעג אויך זיין א רבי האלט ער אז ער דארף זיך צולייגען א נאמען.
ר אהרן איז אויך א גרויסע 45 אין קומט כסדר צו טישען אין אפיחלו תפילות.הגם ער האט נאך נישט אויפגעגעבן זיין מקום קבוע אין 48
די שוועסטער זענען שוין איינמאל תופס מקום ביי דעם זיי זענען טעכטער פון קדושת ציון אין זאגען פאר יעדען אז זייער פלומעניק צוברעכט אלעס וואס זייער טאטע און ברודער האבען געבויט.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2007 02:05 |
|
| |
ר' אהרן טווערסקי איז ביי ענק - און איך בין דער ליגנער?
ווארפן נעמען פון תשובות איז נישט קיין חכמה - שטעל דא ארויף נאר איינס פון די 100 תשובות - זאל דער עולם דא אליין פסק'נען - קיין איינס איז נישט דומה.
שוועסטער'ס??? רבינו מהרנ"ץ'ס אלע שוועסטערס האלטן פארקערט - אפי' ד.ל.
תוקן על ידי צווייבאבוב ב- 12/10/2007 5:06:50
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2007 05:01 |
|
| |
ביידע אדמור"י באבוב שליט"א האבן אונטערגעשריבן "שטרי ברורין",
אז דעם בית דין וואס מען האט צוזאמלט געשטעלט זיי זאלן פסקענן,
און נישט האליגאנר!
נישט היידפארק!
און נישט דער עולם!
כאפ נישט אויס דעם פסק, ווייל דו באקומסט סייווי נישט דאס געלט!
מיט נאך אביסילע געדולט לאמיר עס אויסווארטן.
ביז דערווייל כאפ א טענצל, ווער נישט אגעצויגן, פרייע דיך מיט יעצטיגן מצב, אפשר ביזט דו גערעכט?
לעבעדיג! ליסטיג! עס קומט גוטע טעג און לאנגע יארן!
_________________
|
|
|
|
|