בית פורומים באבוב

ר' פסח'ס מיללער פלאמידיגע דרשה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/10/2007 17:44 לינק ישיר 
ר' פסח'ס מיללער פלאמידיגע דרשה

ללמוד אני צריך, 

דא האט דעם לשון קדשו ממש פון הרה"ג ר' פסח:

 "א מנהיג מיז זיין נכנע צום דעת תורה, אויך א רבי וואס איז א ת"ח און א ירא שמים,
אויב איז ער אמתדיג ערליך, איז ער נכנע לדעת תורה,

אונז ווייסין מיר אז דער רבי שליט"א פון דער קהילה האט טאקע אזוי געזאגט,
אז אפילו ער האט געהאט זאכען וואס ער האט געהאט עגמת נפש דערפון,
מהאט אפשר נישט געפסקענט לטובתו, האט ער מקבל געווען ברצון,
ער האט געזאגט מדארף טוען דעם דעת תורה!

דער לשון האט ער (רמ"ד) געזאגט: מדארף זיך מבטל זיין אינגאנצין צום דעת תורה".

עכ"ל

מוועט נישט ארויפ ברענגען דאס גיין באלד אין אנהייב אין די ערכאות,
לאמיר גיין ווען מ'זיצט שוין 2 יאר אין בי"ד, און בי"ד האט געפסקענט לטובת "באבוב" קלאר און דייטליך.
איז רמ"ד געגאנגען און גענימען "באבוב" אין די ערכאות פון א בעקדאר**,
און פארבירט איבער צודרייען דעם "דעת תורה" , ביז די זאך איז געקימען ווידער און בי"ד,
און בי"ד האט זיך געהאלטען ביי זיינס און געפסקענט נאכאמאל לטובת "באבוב".

 

דא האט איר דעם לשון ממש פון הרה"ג ר"י גרובער (דיין) וועגען די מעשה פון בית-החיים:

וועלען מיר אנכאפען דעם בית עולם, דעם בית החיים, מ'איז דארטען אריין געשלעפט געווארען אין די ערכאות, דארך אן אינטערטיר,
דאס האט אנגעקאסט רבבות, הונדערטער אלפים אין די ערכאות,
ס'האט אנגעקאסט כוחות אין בית-דין איין מאהל (פאר די ערכאות) און צוויי מאהל (נאך די ערכאות),
סאיז נישט געווען גענוג קיין פסקי דינים פאר זיי, מהאט נאך אלס פראבירט,
מהאט פראבירט דעם בית-דין משכנע צוזיין מיט לאויערס און מבלבל צוזיין.......

עכ"ל

ר' פסח מיללער, געט מיר ביטע צופארשטיין אייער סטעיטמינט וועגען וואס רמ"ד האט געאגט,
און פאקטיש וואס ער טוט? זענט איר אזוי נא'יעוו? זעט איר נישט וואס גייט דא פאר?

זעט איר נישט אז ער איז אחד בפה ואחד בלב!


דער תירוץ איז ת"ח שאין בו דעת.....אין בו דעת  בתמי'?
אלא אין בו יראת שמים!

(**בעקלאמפיש דארך יעקל פיהרער און דעם מענעדזער פון בית-החיים,
יעדעס קינד ווייסט אז זיי האבען נישט צובאצאלען די פערטיל מיליאן דאלאר וואס דער שפיל האט געקאסט)




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/10/2007 17:54 לינק ישיר 

Dumby you have got to get a plumber for that mouth of yours.


Do you think before you write or do you just spit? 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/10/2007 09:18 לינק ישיר 

יא מזרע אונגער און ער וועט בלייבען הענגען מיט דע צינג אינדרוסן - ער וועט קריגען א גרויסען הויקער.
Man you are living in DREAMLAND




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/10/2007 04:51 לינק ישיר 

אונז זענען נישט ענקערע שונאים נאר אונז זענען שנואים עליכם אונז האבן ענק זייער ליב!

- אין אויב אזוי גייט דאך פשט אנדערש

 "כי אם מזרע היהודים [באבוב] מרדכי [הרמ"ד] - נפול תיפול לפניו - ונהפוך הוא [הפסק הסופי בבי"ד] אשר ישלטו [על מוסדות באבוב] היהודים [באבוב] המה בשונאיהם [אנשי רב"צ].




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/10/2007 04:34 לינק ישיר 

יא! ווען דער פסק וועט אראס קימען וועט זאן פורים ביי אינז אין באבוב אין ביי ענק אין קארטשין וועט זאן ת"ב.

אשר ישלטו היהודיים - אלע באבובער חסידים - המה בשונאיהם




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2007 01:51 לינק ישיר 

דריי נישט צוריק די יוצרות צאדיק'ל!

ענק פארקויפן שוין באלד דריי יאהר אז באבוב איז געספליט 20-80 אין קום מיר נישט פארקויפן אז אויב 45 וועט האבן 40% וועסטו זאגן אז ס'איז נישט קיין 52% ...... חוץ פין דעם וואס יעדער פארשטייט אז אויב 45 וועט האבן 40% אין אפענע חתימות איז גאר פארשטענדליך אין מעגליך אז מיט פארמאכטע וואלן וועלן זיי האבן אסאך מער.

לויט ווי איך הער גייט 48 פארלאנגען אז די פסק זאל ארויסקוצען פורים כדי די עולם זאל קענען פארדעקן די רויטע פנימ'ר מיט מאסקע'ס....




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/10/2007 13:31 לינק ישיר 
עולם הפוך ראיתי

אינטרעסאנט!

אז מבעט עטס זאלטס באווייזען נאר52% , זענען אונז משוגע...

און אז אונז האבען נישט קיין גאנצע 80% , האבען אונז פארלוירען!

נו..נו.. ממש יושר ואמת!
עס זעט טאקע אביסעל אויס ווי די עלעקשענס אין רוסלאנד




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/10/2007 20:12 לינק ישיר 

"ר' שמחה האט געזאגט אז ענק מוזען מיט א מינימום אניאגען 35%."

??????????????????????????????????????????

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/10/2007 20:09 לינק ישיר 

יעדער פארשטייט אז בנוגע צו נאמבערס איז מאנען נכסים מיט וויניגער ווי א דריטעל 33.3% שטייט שוואכער ווי מיט מער פון א דריטעל. ר' שמחה ביי ענק און ר' יודל ביי אונז האבען ביידע מגיב געווען אויף דעם. ר' שמחה האט געזאגט אז ענק מוזען מיט א מינימום אניאגען 35%.

איך האב געזאגט 28% ווייל לויט מיין חשבון האט עטס בערך אזוי פול היינטיגע טעג (מיט אלע יונגעלייט וואס האבען חתונה געהאט זייט י"ב אדר). דו קענסט האלטען אנדערש.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/10/2007 19:38 לינק ישיר 

סתם א שאלה: פ"וו מיינסטו אז אויב 45 וועט האבן נאר 28 קומט זיי גארנישט?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/10/2007 19:19 לינק ישיר 

אויב עטס האטס 42% "באשטעטיגט" ביים בית דין, וועל איך זיין דער ערשטער מודה דא אויף היידפארק און אפי' אין גאס אז עטס האטס א ערענסטע חלק פון באבוב און אז ס'קומט ענק א ערענסטע חלק אין נכסי באבוב (צבי ארי'ס שרייען אז דאס ליגט שוין אין פראטאקאל פון בי"ד איז נישט קוואליפייד - ס'מוז זיין פון א מקור מוסמך ווי למשל א כתב בי"ד וכדומה).

אבער, אויב עטס האטס נאר 28% "באשטעטיגט" ביים בית דין אדער ווייניגער (דאס מיינט אז מיר האבן אסאך מער ווי שני שלישים) -  ווער פון ענק וועט מיך מודה זיין אז עטס זענט גארנישט (בנוגע לקהלת באבוב) און ס'קומט ענק גארנישט (מנכסי באבוב).

איך רעד נאר דא מתורת רוב ומיעוט אויף וואס די וואהלען זענען געשטעלט געווארן און נישט אויף דער מדובר פון ירושה. דא טענה'ט מען זיך איבער נאמבערס, און איך וויל וויסען ווער דא האט דער קוראזש צו שרייבען אז ער וועט מודה זיין.


תוקן על ידי האליגאנער ב- 15/10/2007 19:22:06




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/10/2007 18:59 לינק ישיר 

דאס הייסט אז אויב וועט זיך ארויסשטעלן אז באבוב האט אין אפענע וואלן 42% - איז אפשר נישט קיין געווינס? וואס מיינט ביי דיר יא א  געווינס?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2007 17:44 לינק ישיר 

דאס הייסט אז אויב אונז וועלן געווינען מיט נאר 75 פראצענט, איז עס א געווינס פאר ענק, ווייל אונז האבן נישט געקענט אנציען 80 פראצענט, אפי' ענק פארלירן די נאמען מיט בנינים!
איך זעי אז ענק האבן שוין א פארטיגע סטראטעגיע גרייט ווי אזוי צו שרייען "דידן נצח" נאכן פארלירן אין די"ת.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/10/2007 17:29 לינק ישיר 

איך זעה אז ווי נענטער מ'רוקט זיך צום פסק ווערן עטס מער משוגע...

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/10/2007 17:15 לינק ישיר 

רבי-חסידים
זעסט אונז זענעו מיר זער מענטשליך מיט ענק

סאיז גענוג אז עטס וועטס האבען 52%
ווייל אזוי ווערט געברענגט אין גדולי אחרונים
ס' יושר דברי אמת תשובה י'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/10/2007 07:06 לינק ישיר 

ביסט חוזר אז ענק האבן נישט קיין 80% אין די זאגסט נאך אז "פארוואס פארלאנגסטו מיטאיינמאל 80?"


די היפאקראט!

ענק שלעפן יעקל פירער מיטן קעמפ אין קאורט אריין - אין שרייען מ'האט ענק געשלעפט אין קאורט
עטס שלעפטס אריין דעם בית החיים אין קאורט מיט פאלשע וואוטס אין שרייען מ'האט ענק געשלעפט אין קאורט

בקיצור א באנדע חאליגאנעס מיט היפערקראטן וואס פין אזויפיל מאל מעלה גרה זייערע אייגענע בלאף טוהן זיי שוין דאס איבערזאגן אין איבערקייען אהן אריינצוטראכטן וואס ער זאגט אין וואס גייט דא פאר!

if you will not wake up on time the beis din will do it with a cup cold water -

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > ר' פסח'ס מיללער פלאמידיגע דרשה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext