אין די טעג גרייט מען זיך צום - לכאורה - לעצטן הירינג וואס וועט פארקומען אין די געריכט זאלן בנוגע דעם סכסוך אין די סאטמארע קהילה, וואס איז זיכער אז עס איז א קריטישער ווענדפונקט אין דעם לאנג פארצויגענעם ליידער-געריכטליכער סכסוך אפגעזען פון דעם אויסגאנג זיינעם.
דערפאר וויל איך אויסנוצן די געלעגנהייט און זיך ווענדן מיט אן עפנטליכן רוף צו יעדן נארמאלן מענטש וואס געפינט זיך ביי די זאליס, און וועמענ'ס געוויסן עס מאנט און ווייטאגט אויף דעם טרויעריגן מצב אין וועלכן די סאטמארע קהילה האט זיך פארפלאנטערט אך ורק צוליב דעם אומגעהויערן עקשנות פון די זאליס זיך נישט צו שטעלן צו דין תורה ביי א בי"ד כשר: לא עת לחשות ! אין די קומענדיגע וואכן אדער מאנאטן וועט מעגליך אפגעזיגלט ווערן אויף אייביג דער שוידערליכער חילול שם שמים וואס רז"ל און זיינע שיק יונגלעך האבן גורם געווען, ביים אריינצווינגען די גרעסטע און חשוב'סטע קהילה אין דער וועלט צום געריכט !!! וואו וועט איר באהאלטן אייער שאנד פון די קומענדיגע דורות, והי' כי יאמרו אליכם בניכם, פארוואס האט איר נישט געטון אלעס אין אייער מעגליכקייט אפצושטעלן דעם מאסשטאבליכן חילול השם דורכ'ן ברענגען דעם סכסוך צו א דין תורה !!!
זייט נישט קיין צועקים לשעבר ! שטעלט אפ דעם חילול השם אין די לעצטע מינוט ! מאי דהוה הוה, כאטש יעצט פרובירט מיט אלע כוחות צו ברענגען דעם ענין לידי גמר ביי א בי"ד כשר בישראל ! שפארט זיך איין די שרעקליכע בושות ביים יום הדין ! לאזט נישט די היסטאריע אייך אפסטעמפלען אלס קהילה און רעביסטווע וואס איז געקרוינט געווארן דורכ'ן געריכט !
_________________
If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!
נשלח ב-21/11/2007 21:08
כ'קען דיר אזויפיל זאגן, די זאליס וועלן אריינגיין אין די היסטאריע אלס שרעקליכע מחללי שם שמים וועלכע האבן געשטעלט דעם טאן אז די תורה איז די לעצטע זאך וואס מ'דארף נעמען אין באטראכט אויפן וועג צום געווינען. און יא, איך האף נאך אלץ אז סוף כל סוף וועלן זיי זיך בארעכענען און תשובה טון.
אויף יענע וועלט נעמט מען נישט די זאכן וואס די ריכטער נעמען...
נשלח ב-21/11/2007 16:58
איינס נאך די לעצטע געלעגנהייט: זאליס שטעלט אייך צו דין תורה והכל על מקומו יבא בשלום.
נשלח ב-21/11/2007 16:12
ווואס פאר א דין תורה אויף זייער קאפ ביי זיי איז דאך די ערכאות של עכו''ם די תורה אליין .
נשלח ב-21/11/2007 05:15
געגאנגען, די זאליס האבן נאך א געלעגנהייט זיך צו שטעלן צו דין תורה אדער דאס איז עס, די לעצטע געלעגנהייט איז פאראיבער און עטס נעמטס מער נישט אן די זאליס צו א דין תורה?
נשלח ב-8/11/2007 18:31
די קומענדיגע וואכן דארף ארויסקומען די פסק פון אלבעני
יעצט ביזן פסק איז נאך דא קליינע טשענסעס אז די זאליס וועלן זיך נאך אפשר בארעכענען
נאך וואס זיי געווינען וועלן זיי זיכער נישט קומען
און אויב (אויב?) די ארוינים וועלן געווינען וועלן זיי ארויסנעמען די 168 בקשות למסרבים לדין
"שטעלט ענק צו א בי"ד המרוצה לשני הצדדים או בזבל"א בזבל"א"
מ'טאר זיך נישט מייאש זיין די לעצטע מינוט. איך טרעט ווידער אויף מיט די עפנטליכע פאדערונג: שטעלט זיך צו דין תורה ביי א כשר'ן בית דין! ווערט נישט אפגעזיגלט לחרפה ולדראון עולם!
געגאנגען, הער שוין אויף צו שפילן מר. דין תורה! עס גייט שוין סתם אויף נערווען.
נשלח ב-8/11/2007 02:30
מ'טאר זיך נישט מייאש זיין די לעצטע מינוט. איך טרעט ווידער אויף מיט די עפנטליכע פאדערונג: שטעלט זיך צו דין תורה ביי א כשר'ן בית דין! ווערט נישט אפגעזיגלט לחרפה ולדראון עולם!
נשלח ב-19/10/2007 15:28
דערמאנונג #110,330
אין נאמען פון גאנץ כלל ישראל בעטן מיר בכל לשון של בקשה פון יעדן מענטש וואס האט איינפלוס אויף רז"ל און זיינע שותפים אז ער זאל טון כל מה שביכולתו אראפצונעמען דעם שענדליכן פלעק פון סאטמאר בפרט און אידישקייט בכלל, און זעהן אז רז"ל זאל אויפגעבן זיין ביטערע עקשנות זיך נישט צו שטעלן צו דין תורה ביי א בי"ד כשר!
אנא, חוסו על נפשות בניכם!
נשלח ב-18/10/2007 19:50
לולא
דזשאן קערי איז פרעזידענט
ווייסטו דערפון?
נשלח ב-18/10/2007 01:13
מיי פוט, סאיז טאקע יא געווען, כ"ק הגה"צ מאנטריאלער דיין שליט"א האט פארבויגן זיין כבוד און פערזענליך אנגערופן די געוועזענע קרית יואלער רב ער"ה תשס"ג און אים געבעטן צו קומען צו דין תורה, צו וואס סאטמאר וועט זיך צושטעלן לפנים משורת הדין, און אפשטעלן דעם געוואלדיגן חילול השם, די פרעכע ענטפער איז געקומען בעל פה, און נאכדעם בכתב דורך דעם גראבן רעב אלישע, אז ער האלט נישט דערביי! ער וועט שיקן טויזנט הזמנות דורך שליחים, און אויב ער וועט פארלירן וועט ער זאגן אז ער האט גארנישט מיט בערל פרידמאן און ער מאכט א פרישע דין תורה!
רבינו שליט"א, דעמאלץ וויליאמסבורגער רב, האט קלאר געזאגט אז ער איז גרייט אונטערצושרייבן די שטרי בירורין!
יא, דאס הייסט אויסדריקליך גערופן צו דין תורה און נישט געקומען! ער איז סיי א הולך בערכאות סיי א מסרב לדין און סיי א מחלל שם שמים אויף א אופן וואס איז נאכנישט געווען אין די היסטאריע!
נשלח ב-17/10/2007 23:29
איי אם סארי קושקע!
איך האב דיך נישט געוואלט אויפוועקן פון טיפן שלאפ...