אין נאמען פון גאנץ כלל ישראל בעטן מיר בכל לשון של בקשה פון יעדן מענטש וואס האט איינפלוס אויף רז"ל און זיינע שותפים אז ער זאל טון כל מה שביכולתו אראפצונעמען דעם שענדליכן פלעק פון סאטמאר בפרט און אידישקייט בכלל, און זעהן אז רז"ל זאל אויפגעבן זיין ביטערע עקשנות זיך נישט צו שטעלן צו דין תורה ביי א בי"ד כשר!
אנא, חוסו על נפשות בניכם!
נשלח ב-8/11/2007 02:30
מ'טאר זיך נישט מייאש זיין די לעצטע מינוט. איך טרעט ווידער אויף מיט די עפנטליכע פאדערונג: שטעלט זיך צו דין תורה ביי א כשר'ן בית דין! ווערט נישט אפגעזיגלט לחרפה ולדראון עולם!
נשלח ב-8/11/2007 07:10
געגאנגען, הער שוין אויף צו שפילן מר. דין תורה! עס גייט שוין סתם אויף נערווען.
נשלח ב-8/11/2007 17:37
געגאנגען כתב:
מ'טאר זיך נישט מייאש זיין די לעצטע מינוט. איך טרעט ווידער אויף מיט די עפנטליכע פאדערונג: שטעלט זיך צו דין תורה ביי א כשר'ן בית דין! ווערט נישט אפגעזיגלט לחרפה ולדראון עולם!
די קומענדיגע וואכן דארף ארויסקומען די פסק פון אלבעני
יעצט ביזן פסק איז נאך דא קליינע טשענסעס אז די זאליס וועלן זיך נאך אפשר בארעכענען
נאך וואס זיי געווינען וועלן זיי זיכער נישט קומען
און אויב (אויב?) די ארוינים וועלן געווינען וועלן זיי ארויסנעמען די 168 בקשות למסרבים לדין
"שטעלט ענק צו א בי"ד המרוצה לשני הצדדים או בזבל"א בזבל"א"
געגאנגען, די זאליס האבן נאך א געלעגנהייט זיך צו שטעלן צו דין תורה אדער דאס איז עס, די לעצטע געלעגנהייט איז פאראיבער און עטס נעמטס מער נישט אן די זאליס צו א דין תורה?
נשלח ב-21/11/2007 16:12
ווואס פאר א דין תורה אויף זייער קאפ ביי זיי איז דאך די ערכאות של עכו''ם די תורה אליין .
נשלח ב-21/11/2007 16:58
איינס נאך די לעצטע געלעגנהייט: זאליס שטעלט אייך צו דין תורה והכל על מקומו יבא בשלום.
נשלח ב-21/11/2007 21:08
כ'קען דיר אזויפיל זאגן, די זאליס וועלן אריינגיין אין די היסטאריע אלס שרעקליכע מחללי שם שמים וועלכע האבן געשטעלט דעם טאן אז די תורה איז די לעצטע זאך וואס מ'דארף נעמען אין באטראכט אויפן וועג צום געווינען. און יא, איך האף נאך אלץ אז סוף כל סוף וועלן זיי זיך בארעכענען און תשובה טון.
אויף יענע וועלט נעמט מען נישט די זאכן וואס די ריכטער נעמען...