| נשלח ב-17/10/2007 21:08 |
|
| |
געוואלד? האט רשעות טאקע נישט קיין שיעור אין ספינקא?
שוין עטליכע טאג דורך זינט די צעבראכענע משפחה פון כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט פון די שבעה, און קיין מציבה לנשמתו איז נישט געשטעלט געווארן.
פארוואס?
ווייל דער יונגערער ברידער,קען נאך אלץ נישט פארדייען אז ער האט נאך אלץ קאמפעטישאן טראצדעם וואס ער איז שוין ליידער נישט בין החיים, איז ער נישט רואיג, און וועט אלעס טאן אז די גאנצע וועלט זאל זען אז ער איז עכטע ספינקא רעבע... און ער איז באלעבאס אויף די בית החיים.
און די וועלט שווייגט! שומו שמים !
אוט איז דער בריעף וואס די קינדער האבן געשיקט צו זייער פעטער אויף וואס זיי האבן (כמובן) נישט באקומען קיין ענטפער..
ענטפערט איר אליינס
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2007 19:32 |
|
| |
פריי און אפן צו זען פאר ווער ס'וויל נאר. ולא זכיתי להבין דעם פשט פון דעם קוועטש מיט די אויגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2007 19:26 |
|
| |
אהבה מסותרת
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2007 19:05 |
|
| |
ביי די פעטערס, מיין איך אבער, האט קיין אהבה פריער אויך נישט געהערשט. צוויי חדשים האט געדויערט אז די קנאה-שנאה זאל ארויס אין דער עפנטליכקייט. דא, אבער, איז די קעגנזייטיגע ליבשאפט בולט דעמאנסטראטיוו.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2007 15:40 |
|
| |
געב צייט, ביי די פעטער האט אויך געדויערט א צוויי חדשים
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2007 05:14 |
|
| |
אך ווי גוט מענטשעלע האט געשריבן. זיי וואלטן זיך געקענט רייסן ביי די קעפ איבער די ריעל עסטעיט וואס ר' בעריש האט איבערגעלאזט, אבער דערווייל הערשט צווישן זיי שלום ושלוה, און דער פעטער איז דער וואס רייסט זיך מיט זיי.
אנדערע רבנים דארפן זיך אפלערנען פון די משפחה.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2007 00:42 |
|
| |
א באמערקונג אין דער זייט.
איך בין גענויגט אנצונעמען אז די קינדער פון רבי בעריש זצ"ל זענען נישט קיין בעלי מחלוקת. פארוואס? דער ספינקער "שניט" אין מחלוקת איז די ברידער זאלן זיך קריגן צווישן זיך. ביי רבי בעריש'ס קינדער העלפן אלע זיך קעגנזייטיג ארויס, און זענען מחזק מיט וואס נאר מעגליך דעם עלטסטן ברודער זייערן, ר' יוסף מאיר.
לפענ"ד וואלטן די פעטערס זייערע, זאלן זיי אלע זיין געזונט און שטארק, געמעגט נעמען דערפון א לעקציע.
סתם אן אבסערוואציע...
|
|
|
|
| נשלח ב-22/10/2007 18:53 |
|
| |
שור שנגח, לויט דעם וואס דו שרייבסט אז די סיבה פארוואס די ספינקע פאליטיק איז אויף היידפארק איז וועגן די משפחה פון ר' בעריש האבן דאס ארויפגעברענגט אהער, מעג איך אננעמען אז די סאטמארע פאליטיק איז אויף היידפארק וועגן די משפחה פון ר"א טייטלבוים האט עס ארויפגעברענגט אהער?
ווער ווייסט, אפשר ביסטו גאר רביצין סאשע אליינס.
_________________
איך קען דערליידן פערדן, איך קען נישט דערליידן מענטשן וואס רעדן ווי פערדן...
|
|
|
|
| נשלח ב-22/10/2007 18:35 |
|
| |
די שנעלסטע וועג צו לייגן א מציבה איז באשמוצן אין די גאסן? איך מיין נישט אזוי. יעדער בי"ד וועט פארשטיין אז מען דארף זיך דא צואיילן. (וזאת למודעי, איך האלט אז ביידע זייטן קריגן זיך דא ווי קליינע קינדער, איך האלט אויך אז ר' אביש האט געטון א אויסטערלישע עולה דורך צונעמען די גאנצע ירושה פאר זיך - נישט נאר די שוהל און די בית החיים, נאר אלע חפצים וכו', אבער יעצט האלט איך אז בני ר' בעריש ציען איבער די שטריק, מ'שפילט זיך נישט מיט א טאטנס מציבה פאר אזוינע זאכן)
|
|
|
|
| נשלח ב-22/10/2007 18:17 |
|
| |
זיי זאלען זיצען 5 יאר אין דין תורה אין דערנאך מאכען א מציבה פאר זייער טאטע?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/10/2007 17:23 |
|
| |
אפדעיטס!
כ"ק רבי אביש שליט"א האט געזאגט פאריגע וואך מיטוואך פאר רבי ישראל האגער שליט"א אז ער האט נישט קיין פראבלעם אונטער צו שרייבען אז ער גייט אויך האבן א קליינע מציבה.
אבער איין זאך וויל ער אז די בני רבי בעריש ז"ל זאלן אונטער שרייבען אז דאס איז עס אז זיי פארלאנגען גארנישט מער, אזוי ווי ער שרייבט דאס אונטער שטעלט מען די מציבה, און נישט נאכדעם וואס ער וועט דאס אונטער שרייבען וועט זיך אנהייבן - אזוי ווי די בני רבי בעריש זאגן ארום - געב אונז אויך חלקות, פאר אונזער קהלה דארפן מיר חלקות - שרייב אונטער שטרי בירורין פארן ביהמ"ד, וכו וכו'.
ער האט פון זיי פארלאנגט איין חתימה אז נאדעם וואס רבי אביש שליט"א שרייבט אונטער שטעלט מען די מציבה.
זייט מיטוואך ווארט מען אויף א תשובה.
נעכטן רופט אן ר' ישראל האגער, אז בלא די קינדער פון רבי בעריש זאגן אז זיי שרייבן גארנישט אונטער, זיי זענען גארנישט שולדיג פאר רבי אביש, און טאמער זיי וועלן אונטער שרייבן וועט זייער טאטע האבן גרויס צער אויף יענע וועלט...
רבי ישראל האט געזאגט פאר רבי אביש איך האב נאר פרובירט אבער איך קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט די בני רבי בעריש, איך פארשטיי אייער צייט און איר זענט 100 % גערעכט.
רבי אביש האט אים געזאגט איך פארשטייט אליין אז איך ברויך דא גארנישט טאן, זאג זיי אז זיי ווילן קענען זיי מיך רופן צו דין תורה, איך וועל גיין צו יעדע נאמאלע בי"ד אדער זבל"א.
רבי אביש דארף אונטער שרייבען אלע שגיונות און נערישקייטן וואס די ילדים פאלט ביי, ער דארף שטיין ווי א נער און זיך ביקן כורעים ומשתחוים פון די בני רבי בעריש, אז כדי טאמער ער טוט נישט דאס זאל מען קענען וויינען און שרייען אויף הייד פארק אז רבי אביש איז א שייגץ טמא...
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/10/2007 15:45 |
|
| |
מיטן גרעסטן מאס רעספעקט און דרך ארץ וויל איך דא פרעגן א פראגע,
איך האב דא געליינט תגובות וועגן קרקע גזולה,
און אז רבי בעריש ז"ל האט לכתחילה נישט געוואלט ליגן אין ספינקא
ווייל דער בעלות איז א דבר השרוי במחלוקת און ס'איז דריבער א קרקע גזולה,
ווידער לייען איך זיין צוואה ווי ער בעט מען זאל נעמען רשות ביי
קהל יטב לב און מען זאל עהם טובלן אין זייער מקוה,
וויל איך דא פרעגן פון הרב זלמן לייב הוראוויץ און פון ר' מאיר הערש
פראנצויז, פון וועם מען האט געבעטן רשות?, פון וועלעכע קהל יטב לב?,
פון רבי בערל פריעדמאן/יצחק ראזענבערג?, אדער פון יאנקל כהנא/שאול פערלשטיין?,
קען מעגליך זיין אז מען האט עהם חלילה געטובלט אין א מקוה גזולה?
JUST WONDERING.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/10/2007 15:42 |
|
| |
געגאנגען, ווי די פארשטייסט איז א דין תורה זייער א פארצויגענע זאך, און סך הכל ווילען זיי דא שטעלען א מציבה. זיי פרובירען צו ערלעדיגען דאס שטעלען די מציבה אויפען שנעלסטען וועג.
איך האב נאך נישט געהערט קיינעם גיין צו א דין תורה וועגען א מציבה.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-22/10/2007 15:30 |
|
| |
נאך אלע טענות ומענות, וואס חזרן זיך איבער איינמאל און נאכאמאל, פארשטיי איך נישט איין איינציגע זאך: פארוואס רופן נישט ר' בעריש'ס קינדער זייער פעטער צו דין תורה? פארוואס לויפן זיי גראד צו די גאס מיט א שמוץ קאמפיין וואס וועט פארשעמען "גאנץ" ספינקא, אריינגערעכנט זיי און זייער טאטן?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/10/2007 06:30 |
|
| |
האטווייער i am sorry אבער דיינע מעשיות לייגען זיך נישט אויפן שכל
עס מאכט ממש נישט קיין סענס
|
|
|
|
| נשלח ב-22/10/2007 00:09 |
|
| |
שור, ר' אביש דארף מען זיך נישט פלאגען צו באשמוצען, ווי די וועסט זיך איבערצייגען אין די קומענדיגע טעג.
_________________
|
|
|
|
|