| נשלח ב-26/10/2007 06:23 |
|
| |
א שטר התחייבות קעגען טעראר
מען שמועסט אז בית דין האט נישט געוואלט ארויסגעבן די נעמען פון די חותמים, ווייל נאכדעם וואס זיי האבן געהערט פון פילצאליגע מענטשן אין 48 וואס זענען טערארזירט געווארן און געשטראשערט געווארן מיט פארשידענע לחצים, ווי אוועקנעמען פרנסות, העכערן שכר לימוד, מיט ארויסווארפן פון ביהמ"ד, מיט ארויסווארפן קינדער פון חדר/סקול, מיט קאליע מאכן ביזנעס קאנטאקטס, כהנה וכהנה, בייזווילגע שטראשונקעס.
האט בית דין געהייסן ביידע צדדים אונטערצושרייבן א שטר התחייבות.
ווער עס האט מעהר אינפארמאציע ביטע מעלדן. למען ידעו.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2007 07:39 |
|
| |
אין שטר התחייבות שטייט בערך אזוי:
אז די אלע וואס האבן נישט אונטערגעשריבן דעם שטר הרשאה, אדער האבן אונטערגעשריבן נישט לויט די דעת פון די מנהלי הקהלה.
מען טאר נישט אוועקנעמן פון זיי זייער זכות אין בית המדרש,
מען טאר נישט העכערן דאס שכר לימוד,
מען טאר נישט ארויסווארפן די קינדער פון די בתי החינוך,
מען טאר נישט אוועקנעמען פון זיי די פרנסות, ווייל ער האט געחתמט, אדער ווייל ער האט נישט געחתמט.
אונטערגעשריבן י.א.ד. א.א.ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2007 14:26 |
|
| |
48 איז אין שאק און שוידער!!
נישט גלייבענדיג די אויסקום פון די וואלען.
48 האט זייער געמוטשעט דעם בית דין א גאנצע וואך אז מען זאל ארויסגעבען די וואלען, די חברי הבי"ד האט זיי געווארענט זייטס נישט אזוי אין גרויסען, עס איז בעסער אז מען זאל נישט שוין מפרסם זיין די נומבערס פון די וואלען, ווייל עס איז זייער נאנט די נומבערס פון ביידע זייטן, אבער דו איינגערעדטער פארנארטע 48ניקעס, האבן נישט געוואלט גלייבן וואס די חבדי הב"ד זאגט, אבער ווען דאס בי"ד האט נעכטן דאנערשטאג נאכמיטאג ארויסגעבן דו נומבערס, זענען זיי געפאלן אויף די נאז, און זענען אנטלויפן פונעם בית דין שטוב, און זייער טוען גראוז האט געזאגט ער איז זייער סורפרייזט אז 45 האט אנגעצויגן אזעלכע נומבערס,
אין צוויי וואכן ארום וועלען די צדדים באקומען א פרינטאט פון אלע נעמען, און דער אמת ווערן איינמאהל פאראמאהל באשטימט ווערן אז
באבוב איז צוטיילט אין העלפט!!
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2007 17:29 |
|
| |
איך וויל פארשטיין פארוואס עס גייט מענעכע 45ניקעס אין לעבען דווקא צו זיין אויף 48 און צי האלטען די קינדער אין די 48 מוסדות אז זיי האבן מורא פאר טעראר? פארוואס שלאגן זיי נישט כפרה מיט 48 איינמאל פאר אלעמאל און גייען נישט קיין 45?
די קאמוניסטען האבן אלעמאל געשריגן אז ביי זיי איז גן-עדן און קיינער האט נישט געוואלט אהין גיין נאר אפאר משוגעים און זיי האבען קיינעם נישט ארויס געלאזט.
אויב קארטשין איז אזוי גיט פארוואס קומען זיי אין 48 און שטעלן איין צו ווערן טעראריזירט? זאלען זיין אפען גיין אויף קארטשין און לעקען האניג דארט וועט יעדער שמייכלען צו זיי אן טעראר.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2007 17:37 |
|
| |
לויט די מצב אין בי"ד וועסטו האבן נאך אסאך מער גרעסערע קשיות.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2007 17:42 |
|
| |
זיי נישט אזוי באזארגט - אזוי ווי א גרויסער עולם זענען כסדר אריבערגעקומען - וועט קומען דער טאג און די אנדערע וועלן אויך אריבערקומען - אל המנוחה ואל הנחלה.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2007 23:54 |
|
| |
איך וויל בעטן א פרעזענליכע טובה פון 48, אז אזוי ווי די ליסטע קומט נאר ארויס, זאלען זיי זעהן נקמה צו נעמען און וועמען מען קען נאר, און ארויסווארפען ווי מער יודען, עס וועט נישט שאדן פאר אונז צו האבן נאך אפאר יודען, אדרבה ווארפט ארויס נאך און נאך, מיר וועלן אייך נישט פארהאלטען אין בי"ד אויף די צעטעלע וואס עטס האט געחתמ'ט.
---------- וועלעכע בן-ציון, דער וואס שיקט מיר געלט, אדער דער וואס שיקט מיר מענטשען? הא הא?
|
|
|
|
|