בית פורומים כל העולם כולו

היכי דמי חילול השם...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/10/2007 16:39 לינק ישיר 
היכי דמי חילול השם...

איינער האט מיר דעם שבת געברענגט דעם ארטיקל פון "דער איד" אין ביהמ"ד,
(יא יענער טראגט ליידער אום שבת, נאר איך האב עהם נישט אנגעשריגן
ווייל זלמן לאזט נישט שרייען שבת אין בארא פארק),
ער זאגט מיר, יענקעלע, די מיזט ליינען דעם ארטיקל, וועסט גרויס הנאה האבן,
רבותי!!!, הנאה איז נישט דאס ווארט, איציק, YOU MADE MY DAY,
זיס ווי צוקער, דער אחד הרבנים (מיידלעך שטערן, משה לייב דייטש,
אדער מסתמא משה גבאי בכבודו ובעצמו) גיסט נעבעך זוידיגע טרערן
הלמאי אונזער אדוואקאט אזוי אזוי דרייסט גענטפערט מיט א גרויסן "ניין"
ווען דער ריכטער האט עהם געפרעגט אויב דער רבי האט א כח ארויס צו
ווארפן א ראש הקהל וואס איז געווארן א מחלל שבת, יא, דער אדוואקאט האט
נישט געקעקעצט, נישט געשטאלפערט, נאר מיט א דרייסטע הויעכע קלארע שטימע
גענטפערט "ניין", און דער דאזיגער ענטפער האט פשוט און גראד אראפגעפירט די
זאלונים פון די רעסלען, די ריכטער האבן דען נישט געוויסט דעם ענטפער?, אוודאי האבן
זיי געוויסט, ווייל אז נישט וואלטן זיי דאך אויך געפרעגט די זעלבע פראגע פונעם צד השני,
האבן זיי דען נישט געוויסט אז "די תורה הקדושה" ווארפט ארויס א ראש הקהל א מחלל שבת,
האבן זיי דען נישט געזעהן די קלארע שטאטוטען אז א מחלל שבת קען אפילו נישט זיין
קיין חבר הקהלה, און כל שכן א ראש הקהל, זיי האבן דאך נישט געפרעגט צו א ראש הקהל א
מחלל שבת קען בלייבן אויף זיין אמט, ניין, נישט דאס איז געווען זייער פראגע,
זיי האבן נאר געוואלט ארויס ברענגען צו דער "רבי" קען לויט די שטאטאטן אויף זיין אייגענעם
האנד אויף זאגן דעם ראש הקהל, אדער דארף ער גיין צו קהל דאס פארלאנגען?, דאס איז געווען זייער פראגע,
און דאס האבן  זיי געוואלט הערן, אז לויטן קלארן געזעץ פון די שטאט ניו יארק, איז דער רבי
נישט באפולמאכט אנידער צו זעצן אן ערוועלטן פרעזידענט פון זיין אמט, נאר ער דארף דאס
פארלאנגען פון די הנהלת הקהלה, און דער ענטפער קלאפט די זאליס אין פנים, און טאקע דריבער
שפרינגען זיי אזוי אן קיין אויפהער,

יא, זאליס, די ריכטער האבן נישט געפרעגט צו א מחלל שבת קען זיין א ראש הקהל,
די ריכטער האבן נישט געפרעגט צו מען קען בכלל אראפ ווארפן א ראש הקהל א מחלל שבת,
די ריכטער האבן נאר געוואלט ארויס ברענגען אויפן אויבערפלאך דעם יסוד פונעם קעיס
קען דער "רבי" ארויס ווארפן א פרעזידענט א מחלל שבת?, און דער ענטפער איז געקומען
מיט א גרויסן "ניין", און דער דאזיגער "ניין" שמייסט און ציפט די זאלונים אין פנים אן
קיין אויפהער,

דער שרייבער פומעם ארטיקל, וויינט מיט קראקעדייל טרערן, אויף די "חוצפה נוראה"
ווי מען וויל אוועק נעמען פונעם "הייליגען" ברך משה זי"ע די אטאריטעיט, פון פירן די
קהלה על פי דעתו הנשגבה, רבותי, עולם הפוך ראיתי, די דאזיגע נידערטרעכטיגע
עלעמענטן, וואס האבן זיך כסדר מתחצף געווען אקעגן אונזער הייליגן רבי זי"ע, און עם
כסדר ווידער געשפעניגט, כסדר געטוהן להיפוך דעתו והוראתו, זיי האבן עהם כסדר
געצאפט דאס בלוט, זיי קומען מוסר זאגן פאר די געטרייע חסידים וואס זענען אייביג
געווען נכנע צו עהם, און יעדעס ווארט וואס ער האט ארויס געלאזט פון זיין הייליג מויל
איז געווען כנתינתה מסיני, יעדע הוראה פונעם רבי איז געווען ביי אונז חסידים טייער
און הייליג, און אונז קומען זיי מוסר זאגן, WHAT A JOKE.

איך וואלט אייך געוואלט פרעגן א פראגע זאלונים'לעך, ווען האט דער רבי יא א כח און ווען נישט?,
למשל, האט דער רבי א כח צו זאגן אויף רא"ל, און איך וועל איבערשרייבן גענוי לשונו הקודש,
"עכ"פ וויל איך יעצט דא זאגן א פסק, איך ווייס מען איז שוין געזעסן ביי קהל דעריבער,
זה אומר בכה וזה אומר בכה, מוז מען אבער האבן א הלכה ברורה,
אז מען טאר עהם נישט הערן און זיין הוראה איז אסור, מען טאר נישט דאווענען מיט זיין מנין,
און מען טאר עהם נישט מצרף זיין צו מנין, פאר דעם זאג איך פאר אלע אידן וועלעכע האבן א
שייכות מיט אונזער קהלה, אז חלילה וחס אריין צו גיין אין זיין בית המדרש, און ווער עס וועט יא
אריין גיין אין זיין ביהמ"ד וויל איך נישט ער זאל האבן עפעס א שייכות מיט אונז, איז ער א מלמד
וויל איך נישט ער זאל לערנען מיט אונזערע קינדער, איז ער א שוחט איז שחיטתו אסורה, צו קיין
שום דבר שבקדושה קען מען נישט ניצן איינעם וואס גייט צי עהם אריין און ווער עס האט צו 
עהם א שייכות" .

איך פארלאנג פון "קהל", זיי זאלן ארויסגעבן אומר ועושה אזא פסק, (פארוואס האט ער נישט "אליין"
דאס געפסק'ט? נאר זעהט אויס אז ער האט יא געקענט די שטאטאטן,) מען דארף נישט זיצן קיין זיצונגען אויף דעם,
איך וויל מיך נישט דילדן מיט די גאנצע זאך, איך גיב איבער פאר קהל, זיי זענען מחוייב צו פסקענען להלכה
אז ער איז מובדל ומופרש פון אונז אלע,מען זעהט פון דעם בריעוו וואס רבי ברוך מיללער שליט"א האט עהם
געשריבן, רבי ברוך, א איד א צדיק תמים, יעדער קען עהם, און ער ווייזט איהם אויף די שקרים וכזבים וואס ער
בארופט זיך,  ער איז געווען א שקרן כל ימיו, דער פעטער ז"ל האט עהם געהאט מרחק געווען,
און נישט געוואלט הערן פון עהם כידוע, ברויך מען זיך מרחק זיין פון עהם כמטחוי קשת,
מען דארף זען תיכף ומיד גומר זיין, דער עיקר איז אז מען דארף איהם פורש ומפריש זיין פון אונז און נישט
האבן קיין שייכות מיט איהם,

רבותי, קלארע דיבורים, א פסק הלכה פון כבוד קדושת רבינו הקדוש והטהור זי"ע, וויל איך אייך פרעגן,
האט דער רבי זי"ע געהאט א רעכט צו זאגן זיין דעת קודש אין דעם געביט?, האט דאס מחייב געווען אונזערע
חברי הקהלה?, אינטרעסאנט, די מחוצפים וואס האבן גענטפערט אין געריכט אז דער רבי איז
"נישט" בכח ארויס צו ווארפן א פרעזידענט וואס איז א מחלל שבת, זיי האבן זיך יא אינטער געווארפן
אינטער זיין פסק הלכה, זיי האבן עהם געפאלגט, און די וואס שרייען געוואלד אז מען טיט אינטער
גראבן די אוטאריטעיט פונעם רבי, די האבן עהם אנגעפיפן און ווידער געשפעיניגט,

יא, זאליס, ענטפערט מיר!!!, האט דער רבי געהאט בכח צו הייסן זיינע חסידים שרייען "שייגץ ארויס"?,
האט דער רבי געהאט א כח ארויס צו ווארפן די קינדער פון דעם מסור הידוע לשימצא יוסל וואלדמאן שר"י?,
האט דער רבי געהאט א כח צו עפענען א מוסד שערי חמלה?, האט דער רבי געהט א כח אויף אויף צו נעמען בנו
הגדול פאר רב פון קרית יואל?, ווען האט דער רבי יא א כח און ווען נישט?, זעהט אויס אז די ענטפער
צו די דאזיגע פראגעס וועלן די ריכטער שוין דארפן ענטפערן, ועל זה דווה ליבם של הזאלונים.



תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 28/10/2007 17:07:47




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > היכי דמי חילול השם...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext