בית פורומים כל העולם כולו

בד"ה הג"ר אברהם לייטנער ז"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/10/2007 14:06 לינק ישיר 
בד"ה הג"ר אברהם לייטנער ז"ל

איינער האט פרטים וועגן די לוי'?




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/11/2007 22:45 לינק ישיר 

אויך הגאון הצדיק רבי משה מנחם טירנויער שליט"א דומ"ץ סאטמאר מאנטריאל האט מספיד געווען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/11/2007 22:29 לינק ישיר 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/11/2007 22:17 לינק ישיר 



איינער האט עפעס פרטים ???
           ווער ס'האט גערעדט און וואס וכדו'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/11/2007 20:54 לינק ישיר 

כנראה איר זענט גרויסע תמימים אז איר פרעגט די צוויי גרויסע קושיות אויף וועם איז די קשיא ? אויף צבועים און אזעלכע וואס ''לית דין ברנש'' איז א חשוב'ער מענטש אקעגן זיי קענען זיי דען מנמק זיין זייערע קרומע וועגן מיט נאמאלע הגיונית'דיגע טעמים ? ממילא איז נישטא וואס זיך צו ווינדערן אויף הגז''ל וכת דיליה .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/11/2007 01:57 לינק ישיר 

(שורשנגח:)

רב לייטנער אין די פרעסע

איך בין נישט אין שטאט, קען איינער אפשר ברענגען א באריכט ווי אזוי די היימישע צייטונגען באשרייבן רב לייטנער?

די צייטונג, דער בלאט, דער איד, צייטשריפט, בולעטין, שאפערס רוט, די לינק, המודיע, יתד, המקור, משפחה, בקהלה?

ברענגטס ביטע דא

ביטע אינפארמירט מיך דא און לאזט נישט א אח לדעה אין דער פרעמד לעכצן נאך אביסל נייעס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/11/2007 01:47 לינק ישיר 

ווערביןאיך
האסט געשריבן אז די רבי שליט"א האט גערעדט קעגן ר' אברהם.
איך פרעג דיך דא נאכאמאל, וויאזוי שעמסט דיך נישט צו שראבן אזא גראבען ליגענט? ווען און וואו האט די רבי גערעדט קעגן אים?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/11/2007 01:06 לינק ישיר 

איך פארשטיי אז עס באדערט דיך דעם פאקט, אז

דער סאטמארער רבי שליט"א האט מקרב געווען דעם מאנדעווידעאר רב זצ"ל

און דער אהרוני רבי מוז נעבעך מקרב זיין יצחק ז. און תלי ג. וחבריהם

ווען די מעשה איז פארקערט וואלט מיך עס אויך געבאדערט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/11/2007 01:05 לינק ישיר 

שתי תשובות בדבר:

1. ר' געציל איז נישט קיין זוהן, זלמן לייב טייטלבוים איז יא, איך גלייב אז אפי' ר' געציל וואלט איהם נישט מתיר געווען צו מספיד זיין אלס כבוד אביו.

2. ר' געציל האט פאקטיש געלערנט תורה ביי ר' אברהם, דעריבער איז ער מחויב איהם צו מכבד זיין, אבער זלמן לייב טייטלבוים ווייסט נישט פון זיין חיות צו זאגן פון ר' אברהם, זיין איינציגער חויב איז כבוד אב.

יעצט פילסטו שוין בעסער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/11/2007 00:50 לינק ישיר 

טייערע ברודער אחים לדעה, מען שטייט און מען איז זיך מפלפל  דא וואספארא עז פנים ובועט באביו אונזער נועם המדות איז מיטן גיין מספיד זיין איינער וואס האט אזוי מצער געווען זיין הייליגען טאטען זי"ע? און אז ער האט עובר געווען בשאט נפש אויפן איסור דריסת הרגל און דעם לעכל אויף ראטלידש סט.? איז דאס ביי אייך בכלל געווען א חידוש? וואס האט איר געקלערט אז ער וועט נישט לויפן אויף אלע פיר צו גיין זיך לעקן צו די אלע שונאי רבינו? וואס טוט ער די אלע יארן אויב נישט מקרב זיין יעדן אויסווארף? אדרבה ווי גרעסערער שונא יענער איז פאר זיין טאטען איז ער דאך מקרב וואס מער. אלזא מיר ארט דאס נישט קיין כי הוא זה, איך האב נישט ערווארטעט אנדערש פון דעם מחוצף, וואס מיר באדערט פיל מער איז יעצט נאכן לייענען דער הספד פון רבי געציל וואס גלייבט מיר אז איך קען מיר נישט בארואיגן, איך האב פשוט נישט געגלייבט וואס מיינע אויגן זעהן, ער האט געזאגט דארט און זיין דברי הספד: "דער רב ז"ל איז געווען הוצק חן וכו' יעדע דבר מוסר איז געזאגט געווארן מיט'ן דרך התורה" (איר הערט ווערטער?) אידן זענען געשטאנען איבעראל (ווי ?) און מ'האט געלעכצט צו הערן וואס ער זאגט"...

" ער האט ארויסגעזאגט בהצקת חן על שפתותיו זיין אמתדיגע דעת תורה..."

"אזא צדיק א קדוש וטהור" וכו'     

"ווי עס איז נאר געווען א זאך וואס מ'האט געדארפט זאגן פארן כבוד שמים איז ער דא געווען" 

גלייבט מיר איך וויל נישט נוצן די ווערטער אויף רבי געציל וואס ליגט מיר אויפן צונג.. 

און ווי האט ער געהאלטן זיין דברי הספד? און א פלאץ וואס איז נתייסד געווארן מצער צו זיין אונזער הייליגען רבי'ן ז"ל ולהבל"ח רבינו שליט"א!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/11/2007 00:48 לינק ישיר 

ר"א לייטנער'ס פסק הלכה צו זלמן לייב טייטלבוים אז ע"פ צוואות ר"י החסיד טאר מען נישט לייגן אן אדם פשוט לעבן א צדיק, ע"כ פסק'נט ער אז ע"פ הלכה איז מען מחויב צו לייגן א וואנט צווישן די קבר פון רבינו יואל אין די ברך משה 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/11/2007 00:10 לינק ישיר 

יענקעלע A-1

*

איבער יענקעלע'ס דזשאב;   
ס'וועט זיין א טישל א גאנצע וואך, מ'בעט דעם עולם זאל זיך ווארעם אנרופן..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2007 23:56 לינק ישיר 

יענקעלע
סופער סופער keep up מיט די עבודת הקודש ווער נישט מיד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/11/2007 22:41 לינק ישיר 

ווערבינאיך,
כאפ א אטעם און שריי נישט אזוי!!!
ס'קען דיר חלילה צוטרעטן,
איך הייב דאס אן צו ענדזשאויען, זעהט אויס איך דריק די ריכטיגע קנעפלעך,
יא, ס'ארבייט ב"ה זייער גיט, הער מיך אויס, למען האמת שעהם איך זיך אביסל צו טענה'ן מיט דיר,
ס'איז זייער זייער BELOW MY DIGNITY, באט, וואט טע העלל, איך ארבייט היינט במילא נישט,
SO LETS GO,

ניין? ער האט זיך נישט שואל עצה געווען מיט עהם? און איך האב טאקע געמיינט אז ער האט 
עהם גאר פארפירט, הער מיך אויס דו שוטה, ליקענען איז בכלל נישט קיין חכמה, ווייל יעדער זעהט
למי החותמת ולמי הפסולים, קענסט פראבירן צו ענטפערן, אפילו מיט א ליגענט, אפשר וועלן זיין
אזעלעכע וואס וועלן דיר גלייבן, יא, אפילו מיט א נארישן ליגענט, א ליגענט וואס איז כנגד השכל,
אפילו דאס קענסטו פראבירן, וועסט אלץ טרעפן עטלעכע טפשים ושוטים וואס וועלן דיר גלייבן,
און אז נישט, קענסטו אלץ שרייבן מיט דיין אנדערן ניק, און זיך אליין קלאפן אין די פלייצע, און
זאגן ווי גיט דו שרייבסט, אבער לייקענען אזאך וואס יעדער ווייסט, איז זייער זייער נאריש,

 יעצט, יעדער איינער, זאלונים, אהרונים, בני יואל, חסידי סאטמאר, שונאי סאטמאר, אלע ווייסן דאס נאנטקייט
צעווישען רבינו הקדוש בעל ברך משה זי"ע און להבחל"ח רבינו הקדוש שליט"א, ס'איז געווען
נפשו קשורה בנפשו במלא מובן המלה, קיינמאל (אויסער שבת ויום טוב) האט זיך דער ברך משה נישט
 געשטעלט דאווענען בעפאר ער האט נישט גערעדט מיט בנו הגדול והחביב, ער האט כסדר שטאלצירט מיט
עהם, איך האב צוויי מאל געהאט די זכי' צו הערן מפה קדשו (ווי שוין געשריבן עטלעכע מאל) אז איך
(דער ברך משה זי"ע) בין נאר דער בריק פונעם פעטער ז"ל צו מיין רבי אהרן, אלע שטוב מענטשן
האבן דאס כסדר געהערט פון עהם, קומסטו מיט א בלעכן פנים און לייקענסט א זאך וואס איז מפורסם
לכל?,
 
ווער בינאיך, אמת, אייערע זקני תלמידי רבינו זענען טאקע נישט ביי עהם, מענדל ווערטהיימער
און מיילך ווערצבערגער קומען נישט צו עהם, אבער ר'  יוסף יושע גראס,
ר' אברהם שלום עפשטיין , ר' וואלף גליק, ר' שלמה קאפל, ר' יצחק גוטמאן,
ר' יושע מארמארשטיין, ר' הערשל שפיצער, ר' מאיר לייב גאלדשטיין, וכו' וכו' אידן פינדערהיים
אידן וואס האבן זיך געווייקט ביי אונזער הייליגע רביס זי"ע, דו אלע זעהט מען דארט, און פארגעס
נישט ווען איינער קומט צו עם דאווענען אין האפפער סטריט, מיינט דאס טאקע עהם, דאס איז נישט די
באקוועמע ראדני סטריט בית המדרש, דאס איז א גלות בית המדרש און עם כל זה זעהט מען דארט צענדליגע
אידן בני שמונים ותשעים זיך ווייקן ביי זיינע טישן, קומען צו זיינע דרשות און תפלות, המפורסמים אינם צריכים ראי',
ווער ס'וויל נאר וויסן און זעהן דעם אמת זעהט און ווייסט אז רוב מנין ובנין חסידי ותלמידי סאטמאר זענען
היינט אדוק אין רבינו הקדוש שליט"א,

וואס? ס'איז נישטא קיין איין טעיפ ווי ר' אברהם ז"ל רעדט אויפן ברך משה?,
צענדליגע און צענדליגע טעיפס האב איך אליין געהערט, אדרבה גיי אריין אין זיין בית המדרש
און בעט נאר די טעיפס פון די שלש סעודות תורות פון די מ' יארן, וועסטו הערן פלענטי דברי
חירוף וניאוץ ודברי בלע אויף אונזער רבין זי"ע, אויסער אז דו האלסט באמת אז ווען ער האט גערעדט אויפן
ברך משה זי"ע האט ער בלויז געמיינט דעם קרית יואלער רב שליט"א, נו, מיט א קעלבל קען איך
נישט טענה'ען,

איך האב נישט געפרעגט ווען ר' אברהם איז געווארן א תלמיד חכם ביי רבי געציל, צו ביי שלמה לייב
אדער זלמן לייב פיליפ, ר' אברהם איז אייביג געווען א תלמיד חכם עצום, און מורה הוראות האבן עהם
געניצט ווען זיי האבן נישט געוויסט וויאזוי צו פסקענען, ער איז געווען זייער קאמפיוטער הארד-דרייוו,
זייער מראה מקומות, און זיי האבן עהם אלץ רעספעקטירט, די קשיא איז געווען אויף זלמן לייב טייטלבוים,
ווען איז ער ביי עהם געווארן א תלמיד חכם, קיין שאלה האט ער עהם קיינמאל נישט געפרעגט,
איז די פראגע פארוואס האט ער זיך פאר עהם נישט אנגענומען בעפאר ר' אברהם האט אנגעהויבן
צו לעקן צו עהם, איז ער דעמאלטס נישט געווען דער זעלבער תלמיד חכם?, דאס איז געווען מיין פראגע.

קען זיין אז הרב וואזנער און הרב שטערנבוך מיט ירושלימער רב שליט"א האבן געזאגט
אויף זלמן לייב אסאך שענערע זאכן, יא, בחלום הלילה, בינם לבין עצמם, בלחש, אפשר יא,
אבער בפני עם ועדה, לפני אלפים ורבבות אידן האבן זיי דאס זיכער נישט געזאגט,
גלייב מיר ווען זיי זאלן זאגן ווען אויף זלמן לייבן אפילו דאס צענטל וואס זיי האבן געזאגט אויף אונזער רבי,
וואלט שוין היידפארק געווען פיל מיט די קליפס פון דעם, דער איד וואלט ארויס געגעבן א ספעציעלע אויסגאבע
און דאס באריכטעט מיט קידוש לבנה אותיות, אבער לעת עתה קענסטו דאס נאר חלומען,
אין ווירקליכקייט האט דאס קיינמאל נישט פאסירט און וועט קיינמאל נישט פאסירן,

ווערביןאיך, NICE TRY,
באט ס'ארבייט נישט, ס'האט ביז היינט נישט געארבייט און אצינד ווען יעדער זעהט ווער
ס'לאכט אפ פון אייגענעם טאטן מידי יום ביומו, און ווער ס'איז נאך היינט צו געבינדן צום טאטן
ווייסט קלאר ווער ס'איז זהיר געווען בכיבוד אב אויפן העכסטן פארנעם, און ווער ס'איז בבחינת
ארור מקלה אביו, קענסט שרייען טאג און נאכט אז ר' אהרן האט געשטויסן זיין טאטן עד זוב דם,
קענסט שרייען אז דאס וואס זיין טאטע איז נפטר געווארן איז נאר ווייל ר' אהרן האט עהם געשאסן,
גארנישט וועט דיר נישט העלפן, איך האב נאכנישט געטראפן אפילו דער גרעסטער זאלוני זאל זאגן
אמן ווען איך וואונטש עהם אז זיינע קינדער זאלן האבן צו עהם אזא כיבוד אב ווי זלמן לייב האט געהאט
פאר זיין טאטן, ווידער די אהרונים ענטפערן ווען מען וואונטשט זיי אז זייערע קינדער זאלן האבן צו
עהם אזא כיבוד אב ווי אונזער רבי שליט"א האט געהאט פאר זיין טאטן, ענטפערן אלע מיט א
הילכיגן קלינקענדיגן אמן!!!, הפנים אפילו די זאלונים ווייסן וואס פאר א מחוצף דער אומפארשעמטער אינגאטש
איז כסדר געווען פאר זיין טאטן,

אבער לאמיר דאס אפלאזן פאר א מינוט, לאמיר שוין זאגן אז יא, אונזער רבי איז געווען א מחוצף
פאר זיין טאטן, אבער וויאזוי פארענטפערט דאס צו טאנצן מיט יוסל ואלדמאן, דער מסור הידוע
לשימצה, דער שייגאטץ וואס האט מידי יום ביומו געצאפט דאס בלוט פון זיין הייליגן טאטע,
ער פלעגט סטאפן מיט זיין בני יואל באס אויף דער גאס און נאכשרייען דעם רבין מיט די ערגסטע דברי בוז וקלון,
ער האט עהם גערופן כאמעיני בפני עולם ומלואו, וואס איז דער תירוץ צו גיין טאנצן מיט עהם?,
אינטרעסאנט, דער אזויגערופענער מחוצף (לשיטתך החצופה והטמאה) וואס האט גערופן זיין טאטן אין קארט,
אויף עהם קענסטו נישט אנווייזן קיין איין איינציגן פעולה וואס זעהט נאר אפילו אויס ווי א פחיתות הכבוד פון 
טאטן, און דיין שטריק, וואס דו ווילסט מען זאל פון עהם לערנען א פרק אין הלכות כיבוד אב, דער איז 
מבזה זיין טאטן מידי יום ביומו, יא, ביסט מטהר את השרץ מיט טויזענט נימוקים, אבער חצוף בלייבט
חצוף און שרץ בלייבט שרץ,
ארור מקלה אביו !!!! 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/11/2007 22:39 לינק ישיר 

איך זעה נישט וואס מ'מאכט דא א גאנצן בראטעל פונעם נפטר.
אין מיינע אויגן האט זיך דער נפטר אליינס באגראבן מיט'ן גיין צו די אראבער.

און רעב זאלי האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א וועלטס לוזער, ווען ער האט געהאקט אין דער איד אויף אים, בלויז מיט עטליכע חדשים צוריק, און דא האט ער אזוי געוויינט מיט קראקעדיל טרערן ביי זיין הספד.

און צום לעצט 2 פראגעס צו ווערביסטו:

(1)
ווען עס קומט צו לייגן א נאמען אויף די מתיבתא.. מאכן זיין געוואלדעס, אז דער בירך משה טאר נישט דערמאנט ווערן דארט...
א שעה דערויף, ווען מ'דארף פארענטפערן משה גבא'יס מיט זאלי'ס לוזערישע און פערדישע שריט, שרייען זיי... דער רבי איז שולדיג אין אלעם... נישט משה גבאי.. נישט דער בירך משה האט געזאגט פגום... נאר דער קרית יואל'ער רב האט אים געהייסן....
אלזא, אויב דער בירך משה איז נישט שולדיג, פארוואס לייגט מען נישט ארויף דעם טאוועל...!

(2)
די זאליס זענען אין ציוניסטישן קאורט שוין איבער א יאר... און מ'האוט נישט געהערט קיין ווארט פון קיינעם פון די פעיראלל דיינים, און אויך נישט פונעם גרויסן נפטר זצ"ל... וואס צייגט דאס?!

איינמאל היפאקריטן
צוויימאל היפאקריטן
דריימאל היפאקריטן




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/11/2007 22:36 לינק ישיר 

ער קען זיין ביז איבערמארגן, אבער אז ער האט קיין שייכות נישט צו סאטמאר איז עס נאר דער נאמען אן קיין סחורה 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בד"ה הג"ר אברהם לייטנער ז"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 ... 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext