| נשלח ב-31/10/2007 17:57 |
|
| |
דבר יום ביומו אדווערטייזט נחומ'ן
דער וויליאסבורגער אידנטום האט נעכטן דינסטאג געליינט מיט שטוינונג די וואונדערליכע מסירת נפש פון א סופר וואס נאך פילע יארן וואס ער האט פארקויפט ס"ת, תפלין און מזוזות פארן היימישן ציבור וואס איז געשריבן געווארן אויף פארמעט וואס האט נישט געהאט קיין השגחה און ווי עס ווייסט שוין היינט יעדער פון דעם חידוש וואס א היינצייטיגער בעל דרשן און אונטערהאלטער האט נאכגעברענגט אין איינע פון זיינע וועכנטליכע חידושי תורה אז פארמעט דארף האבן א הכשר פונקט ווי אנדערע זאכן און ווי ער ברענגט אן א שיעור מעשיות און כל מיני גוזמאות וואס ווייזט קלאר אז עד היום קויפט מען נאך פארמעט פון אראבער וכדומה, און וויבאלד ער האט זיך געכאפט וואס עס גייט פאר און וויל תשובה טוהן דערויף, בעט ער יעדן איד וואס האט פון אים געקויפט תפילין וכד' זאל אים אנרופן און ער וועט אים צוריקצאלן וואס עס קומט אים.
אידן איבעראל האבן זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן ווי ווייט ער איז געגאנגען און ווי ער שרייבט האט ער נישט בלויז פארקויפט זיין אייגן דירה נאר אויך זיינע זיבן קינדער האבן מסכים געווען אוועקצוגעבן זייער וואוינארט כדי דער טאטע זאל קענען באצאלן די אלע אומריינע געלטער.
אט דער סיפור נפלא איז געווען געדרוקט אין דעם נעכטיגן בלעטל פון דעם 'דבר יום ביומו', און האט ארויסגעברענגט פרייד ביי אידן זעענדיג וואס פאר א הייליג פאלק מיר פארמאגן.
ביז אהער איז אלעס פיין און וואויל.
אונטער דעם שיינעם עפיזאד איז געווען אונטערגעשריבן עפעס א סופר מיטן נאמען אשר גרין סופר סת"ם און בייגעלייגט איז געווען זיין נומער פון ארץ הקודש, ווי מען קען אים אנרופן מאנען דאס געלט וואס ער איז שולדיג. הארט דערנעבן איז געווען נאך א נומער וואס באלאנגט פאר א נייער רעדנער און קנאי וואס איז מוחה אויף סיי וואס ער בלאזט ארויס פון זיין גרויסן בויך, נעמליך, נחום ראזענבערג.
דער נאמען איז שוין היינט ברייט באקאנט און איך בין נישט דא אויסן אים ארומצורעדן און דן זיין אויב ער איז יא אדער נישט גערעכט מיט וואס ער זאגט. דאס קען מען טוהן אין דעם נעבנדיגן אשכול. דאס וויל איך ארויסברענגען דעם אויפברויז וואס האט זיך געשאפן ביי תושבי ווילי אויף דעם בלעטל 'דבר יום ביומו' וואס האט אריינגערוקט זיין נומער אזוי אז אויב האט זיך געמאכט א איד אדער בחור'ל וואס האט אים נאכנישט געהערט האט יעצט באקומט זיין נומער און וועט זיך קענען אויסלערנען ענינים וואס אפילו עלטערע אידן ווייסן נישט.
עס זענען זיכער געווען אן א צאל טעלעפאן רופן צו דער רעדאקציע און היינט האט ער ארויסגעשטעלט אט די מאדנע האלבע-אנטשולדיגונג:
פאר די אלע וואס זענען אונז דן לכף זכות, ווען עס פאסירט א טעות, וועלן מיר זאגן: יישר כוח, מיר דארפן, און מיר וועלן בעז"ה פרובירן מער אכט געבן. פאר די אלע וואס זענען אונז דן לכף חובה, ווען עס פאסירט א טעות, ווילן מיר זאגן: מיר טראגן נישט קיין פאראנטווארטליכעקייט אויף די ריכטיקייט און פונקטליכקייט פון די אדווערטייזמענטס.
ווען די שורות וואלטן געווען געשריבן אין א געווענליכער טאג וואלט עס סתם אזוי ארויפגעברענגט א שמייכל, אצינד איז ער אבער באגאנגען א פאטאלער גרייז מעלדנדיג אזא שעדליכער נומער, און עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס ער באגייט אזעלכע טעותים. ווי למשל האט ער ארויפגעלייגט דעם נומער פון דעם אנדערן חכם אלטר משה גאלדבערגער.
ווען אזעלכע טעותים פאסירט אין א צווייטע אויסגאבע וואלטן די גאסן פיל געווען מיט פאשקעווילן, און מען וואלט געשטורעמט, און מען דארף פארשטיין אז עס איז פאראן א וועזנטליכע נפק"מ צווישן א דיקן צייטונג וואס איז היבש שווערער צו קאנטראלירן ווי א צוויי-זייטיג צעטעלע מיט קלאסיפיידס.
דבר יום ביומו ברויך נעמען דעם שולד אויף זיך און זייער אכטונג געבן אויף ווייטער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2007 19:06 |
|
| |
נו, דאס האבן זיי דאך געטוהען אנטשולדיגט, נישט אזוי? וואס נאך דארפן זיי טוהען? אפשר ארומשיקען א מייקרעפאון אין גאנץ שטאט און זיך אנטשולדיגען, נאר דעמאלטס וועסטו זיין צופרידען?
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2007 19:45 |
|
| |
למעשה, וואס גייט פאר מיט די קלף, דער סופר שרייבט דאך דא שרעקעדיגע זאכן!
איך ווייס דען ווי מיין סופר האט געקויפט מיין פארמעט? וויאזוי קען מען דאס נאכגיין?? סתם זאגן אז אידן האבן נישט געלייגט קיין כשרע תפילין אין מזוזות פאר 20 יאר? עס כאפט דאך א פחד דאס צו טראכטן אפילו.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2007 20:00 |
|
| |
ווער איז דער וואס זאגט?
זיי מברר אויף אנדערע זאכען וואס ער זאגט אין די קענסט מחליט זיין צו ער איז נאמן.
איך שמועס שוין נישט פון דעם אז ער באשמוצט זייער מיאוס קהילות קדושות בישראל און אדמורי"ם וואס זענען נערץ און מקודש אויף גאנץ כלל ישראל.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2007 20:01 |
|
| |
דארפסט פארשטיין אז דער שאדן איז
שוין אפגעטון געווארן, זיי האבן אפגעמאכט אים צו אדווערטייזן און יעדער
זאל וויסן פון זיין נומער. יעצט ווען זיי האבן געטוהן ווי געפלאנט, און
פארשפרייט דעם נומער, האבן זיי שוין נישט קיין פראבלעם פון געבן
אנטשולדיגונג, עס גייט נישט ארויסנעמען דעם
נומער פון די בחורימ'ס סעלפאנס. און עס איז זיכער אז זיי האבן געוואוסט
פון פאר דעם אז דער עולם וועט שעלטן פאר'ן שרייבן פון זיין האטליין, און זעט אויס אז פונדעסטוועגען האבן זיי עס באשלאסן צו טוהן, דעריבער וואלט זייער
אנטשולדיגונג נישט אינגאנצן אנגענומען אין מיינע אויגן.
איצט לאמיר זען אויב ער האט זיך בכלל אנטשולדיגט.
איך ציטיר נאכאמאל זיינע ווערטער, און זאג מיר אויב מען קען פון זיך אראפווארפן דעם אחריות:
פאר די אלע וואס זענען אונז דן לכף זכות, ווען עס
פאסירט א טעות, וועלן מיר זאגן: יישר כוח, מיר דארפן, און מיר וועלן בעז"ה
פרובירן מער אכט געבן. פאר די אלע וואס זענען אונז דן לכף חובה, ווען עס
פאסירט א טעות, ווילן מיר זאגן: מיר טראגן נישט קיין פאראנטווארטליכעקייט
אויף די ריכטיקייט און פונקטליכקייט פון די אדווערטייזמענטס.
ער נעמט נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די אדווערטייזמענסט?
לאמיך זען ער זאל אדווערטייזן עפעס אן א גוטן הכשר אדער עפעס קעגן די
גוסטע פון די איבער-פרומע, ווי וואלטן אלע אויפגעשפרונגען, און ווער
וואלט זיך דען בארואיגט נאך אזא סארט אנטשולדיגונג?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2007 20:16 |
|
| |
דיפלא,
תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 31/10/2007 20:18:41
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2007 20:21 |
|
| |
דו האלטס טאקע ערענסט אז די פארוואלטונג פון דבר יום ביומו האט נישט געהאט עפעס בעסערס וואס צו טוהען נאר גיין בזדון רעדאקטירען און פארעפענטליכען אזא מעלדונג? נאר א שוטה וועט אזוי זאגן.
די פיש זאפט
פרשה האלסטו אויך אפשר אז ס'איז געווען בזדון???
|
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2007 21:02 |
|
| |
עס איז א עון פלילי, איך גיי נישט אריין אין זיין מבזה זיין ת"ח, אבער מפרסם זיין פאר בחורים זיין נומבער, איז א עון בל יכופר, ער רעד דברים שהשתיקה יפה להן, בפרט פאר בחורים.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2007 21:06 |
|
| |
ניין איך רעד פון דעם סופר וואס שרייבט זיך אונטער זיין נאמען אין טעלעפאן! נישט פון נחום.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2007 17:09 |
|
| |
ניין, איך רעד פון דבר יום ביומו וואס שרייבט זייער אדרעסס און טעלעפאון, נישט פון סופר.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2007 05:26 |
|
| |
דער מיז זיין גאר א גרויסע סופר, 8 הייזער!
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2007 04:51 |
|
| |
עס האנדעלט זיך פין די גרעסטע פארמעט מאכער, יאקאב, וואס האט ערפינדען א וועג צו מאכען פארמעט "ווייס", קיינער קען אים נישט נאכמאכען, פראבירען זיי אים צו האקען. פשוט.
ער וויל נישט קיין הכשר, ער טענה'ט ער דארף נישט, און פארוואס זאל ער יא וועלען?
ער טענה'ט אז מען וויל פשוט דערגיין דער סוד וואס ער ווייסט ווי אזוי צו מאכען די פארמעט אזוי ווייס, א ראי' האט ער, אז אמאהל האט זיך געהאנדעלט וועגען א הכשר, און אן אייניקעל פין רב וואזנער איז מיט געקומען, דער נעקסטער חודש האט דער אייניקעל געפענט א אייגענע פארמעט פאבריק.
די אלע טענות אויף אים זענען אויסגעזויגען פין פינגער, פשוט קנאה, פשוט שטותים.
דער עיקר האקער אויף אים שוין פין יארען, איז אונזער אלעמען באקאנטער באליבטער אנפירער פין משמרת סתם, ר' דוד לייב גרינפעלד שליט"א, וואס פראבירט מיט אלע כוחות אים צו ברעכען די עקשנות ער זאל אננעמען א הכשר.
דער סופר האט זיך געלאזט איינרעדען ממש נארישקייטען, ווייל קיינמאל קען מען נישט פסל'ן אויף צוריק גארנישט, קיינער ווייסט נישט וואס גייט פאר אין פאבריק, ווייל עס איז פארשלאסען פין יעדעם, אין יוצא ואין בא.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/11/2007 17:42 |
|
| |
ציטאטן פון נחום ראזענבערג ווען ער רעדט פון דעם עד אין דבר יום ביומו:
... מער מענטשן ווייסן פון מיין האטליין ווי פון זיינע פאפירן...
... ער האט געטוהן אן אומרעכט מיטן זיך אנטשולדיגן פאר דעם עד, ווייל יענער האט דאך דערפאר באצאלט, און ער וואלט געדארפט בודק זיין וואס ער שטעלט אריין אין זיין צעטל...
-----
ער טענה'ט חי וקים אז דער סופר איז א ערליכער איד וואס האט געהערט פון זיין האטליין וואס עס גייט פאר, און איינזעענדיג די ריכטיגקייט פון הרה"ג ר' נחום ראזענבערג שליט"א האט ער אריינגעלייגט דעם עד מיט זיין אייגן נומער און אויך פון דעם האטליין.
דא איז דער נומער פון וואס ער רעדט, און אויב איינער האט א מינוט אנצורופן און פעסטשטעלן אויב דאס איז נישט איינע פון זיינע פילע פאנטאזירנדע מעשיות וועט מען אים שטארק מכיר טובה זיין:
5830-402-52-972-011
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2007 22:14 |
|
| |
ווארשיינליך האט נישט קיינער קיין מינוט צייט
|
|
|
|
|