פארט ס'איז אזא מין שנאה משונה, וואס האט נישט קיין פשט, בלויז שנאה.
שנאת ע"ה לת"ח האט נאך עפעס אן הסבר. טראכט דיך אריין, דו ביסט אן ע"ה (חלילה, נאר אלס משל), ווילסט פארן פון איין שטאט אויף אן אנדערע שטאט, ס'גייט אריבער א וואגן פון ת"ח, ווילסט ארויף גיין, טרייט'סט נאר אריין, גייען אלע אראף און לויפן צום מקוה (ע"ה מטמא במדרס כזב). נאכער, ווען דו ווילסט פרעגן איינער עפעס אווארט, לויפט די ת"ח אוועק גענוג וייט, זאל חלילה קיין שפיי זאל נישט פליען פון דיר אויף איהם (רוקו מטמא כזב). פראבירסט פארקויפן ירקות, מעשר'ט מען איבער, מ'גלייבט דיך אויף גארנישט. נו, וואס ווילסטע? זאלסט נישט זיי פיינט האבן עד היסוד?
אבער דא? האט דאך גארנישט א פשט, אידן וואס ווילן איהם מיט זיין גאנצע עולם זעהן אינדערערד אריין (רח"ל), אויף גארנישט!!!
|
|