|
|
| נשלח ב-5/11/2007 08:14 |
|
| |
לגודל התמי', אפשר לדחוק, אז אפשר איז דער זלמן לייב טייטלבוים גאר זלמן לייב פיליפ, אזוי ווי דער איד האט געשריבן אויף פיליפ'ס זון החתן אלחנן חיים טייטלבוים
|
|
|
|
| נשלח ב-5/11/2007 03:51 |
|
| |
דער פראטאקאל איז א פעסטער באווייז פון וועלכן PHONY און WHAKI מ'רעדט דא.
רז"ל איז געווען דערביי ווען מ'האט באשלאסן אים ארויסצווארפען. און ער האט קיין אות נישט גערעדט, היתכן?...
און בכלל, איז שווער די פראגע, אויב האט רז"ל געהאט א "יד" אין אים ווארפען, היתכן אז ער האט נישט איבערגעבעטן לפני מטתו.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2007 13:36 |
|
| |
איר האט אלע אינאיינעם פארפאסט דעם וויכטיגסטן יסוד.
ר"א לייטנער איז נישט ארויסגעווארפן געווארן פון סאטמאר אין תשנ"ה. ער איז ארויסגעווארפן
געווארן פון סאטמאר אין יאר תש"ל! ווען זיין שווער איז נפטר געווארן אין יאר תשל"ד איז ער
געווען דער איינציגער פון די קינדער וואס האט נישט געקענט מספיד זיין וויבאלד די לוי' איז
פארגעקומען פארנט פון סאטמארן ביהמ"ד!
אז איר וועט איבערקוקן די היסטאריע וועט איר זיך איבערצייגן אז אין יאר תשל"ט, נאך דעם גרויסן
בראך אין סאטמאר מיט די הסתלקות פון אבינו רועינו רביה"ק זי"ע, איז נישט געווען קיין איין
איינציגע סאטמארע שול אין די גאנצע וועלט וואס האט גערופן ר"א לייטנער מספיד צו זיין ביי די
שבעה אדער שלשים! אלע סאטמארע תלמידים פון דעם קאליבער האבן באקומען דאס ווארט אין דער אדער
יענער סאטמארער ביהמ"ד. אפילו דער יונגער רבי אהרן - היינט סאטמארער רבי שליט"א - האט מספיד
געווען אין לאנדאן מיט בכיות נוראות. פונקט דער "גרויסער תלמיד" פון רביה"ק האט נישט באקומען
דעם רשות הדיבור (און דאס איז געווען לאנג בעפאר די תקופה וואס רבי אהרן טייטלבוים, אדער
אפילו משה גבאי, האבן געקענט אריינרעדן אין די סארט באשלוסן...).
דער טרוקענער פאקט איז געווען אז רבי אברהם איז אלע יארן געווען אויסגעשפיגן פון סאטמאר. ער
איז אייביג געווען א "טראבל מעיקער" וועמען מ'האט געזוכט צו באזייטיגן, ער האט אלעמאל נאר
געזוכט צו לייגן שטיינער אין וועג כדי צו בויען דעם "אני ואפסי", רביה"ק בעל ברך משה זי"ע איז
גאר געווען דער וועלכער האט אים "צוריק" אריינגעברענגט אין סאטמאר - צוזאמען מיטן קאשויער רב
זצ"ל - בלויז דערפאר וואס ער האט געהאלטן אז זיי וועלן אים קענען העלפן צוזאמהאלטן די קהילה.
דער חכימא דיהודאי דער וואוידיסלאווער רב זצ"ל האט זיך געבעטן ביי רביה"ק אז ער מאכט א פאטאלן
טעות מיטן "צוריק" אריינברענגען די צרה לייט, ער האט געווארנט דעם רבי'ן אז ער וועט עס שטארק
באדויערן. ליידער איז זיין ווארענונג מקויים געווארן מיט א שמיץ אריבער. די אידן האבן
אויסגעטיילט געבראטענע צרות פאר סאטמאר, יעדער וועגן זיינע פערזענליכע סיבות, ווען די
אונטערלאגע פון אלעם איז פראסט און פשוט דער "קנאה והתאוה והכבוד"!!!
ווען רביה"ק האט זיך אויף אים אויסגעדרוקט "הוא ברשעו מתחילתו ועד סופו" האט דער רבי אקוראט
דאס געמיינט. "מתחילתו" אין יאר תש"ל, "עד סופו" אין יאר תשס"ז!
 |
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|