בית פורומים כל העולם כולו

אדמו"ר מגור אין ניו יארק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/11/2007 04:54 לינק ישיר 
אדמו"ר מגור אין ניו יארק

גערער רבי קומט אן מארגן זונטאג אויף א פלוצלינג באזוך אין ניו יארק.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2007 22:18 לינק ישיר 

איך וויל  פרעגן איין קשיא . ווער עס קען דאס ענטפערן לאמיתה . דער איז א בר דעת.


דאס איז ברור לכולי עלמא. אז דער רבי דער בעל דברי יואל זי"ע האט געהאלטן אז גיין צו די בחירות פאר די כנסת המינים איז ערגער וויא עבודה זרה גילוי  עריות און שפיכות דמים מיט חילול שבת אינאיינעם...     וואס דאס איז דאך ביהרג ואל יעבור. א סאך ערגער וויא טראגן מיטן עירוב אדער אנצינדען א לעקטער ביו"ט שני של גליות .

נו! דאז אויך ברור לכולי עלמא אז דער גורער רבי איז מחייב יעדען איינעם מהסרים למשמעתו צו גיין זיך משתתף זיין אין די בחירות.  חוץ דעם וואס ער נעמט געלט פון די מדינה. און אויך שיקט ער זיינע שליחים אין די כנסת המינים וואס דער רבי האלט אז ער האט דעם דין וויא א אפיקורס גמור.

נו! יעצט . וויאזוי מעלד היינט דער "קול מבשר" אז גורער רבי איז נעכטן נאכט געווען ביים פשעווארסקער רבין שליט"א און ער האט עהם זייער שיין אויפגענומען ביותרת הכבוד.

נו! וואס זאלען יעצט די קינדער און בחורים טראכטן.  דער פשעווארסקער רבי שליט"א איז דאך מצדיקי דורנו. און אויך א סאטמארער חסיד. . נו! וואס גייט דא פאר.!!    וויאזוי האט ער אפגעגעבן כבוד לרשעים לשיטת סאטמאר . און נאכדעם איז ער גורם אז די קינדער און בחורים קלערען  אז דעם רבינס ווערטער זענען גארנישט אזוי שטארק . והא ראי'  אז אקעגן די וואס טראגען מיטן עירוב שרייט מען נאך און מען איז מוחה. און קעגען אזא איינעם וואס איז עובר אויף עבודה זרה . גילוי עריות. און שפיכות דמים. און איז נאך א חוטא ומחטיא וויייל ער הייסט אנדערע אידען אויך אזוי טון.  קעגען עהם יז מען גארנישט מוחה און מען איז עהם נאך מכבד?
אלא מאי . אדער אלו ואלו דברי א_קים חיים .ח"ו. אדער איך ווייס נישט וואס?

ווער עס קען ווערט געבעטן צו ענטפערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2007 22:29 לינק ישיר 

איך האלט נישט אז מ'דארף שרייען אויף די וואס טראגן מיט'ן עירוב

אבער עס איז נישט קיין פארגלייך

ווען למשל די גר'ער רבי זאל יעצט האלטן אינמיטן גיין צו די בחירות וואלטן מיר טאקע געדארפט שרייען און מוחה זיין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2007 22:31 לינק ישיר 

מיין קשיא איז פיל שטערעקער :
"ווי אזוי האט דער דברי יואל און דער ברך משה זצוקלה"ה אים געקענט אויף נעמען"...?...
זיי זענען סאך מער געווען מיט די סאטמארע שיטה ווי פרעשווארקער רבי שליטא...
און נאכדעם זענען זיי גורם אז די קינדער און בחורים קלערען  אז דעם רבינס ווערטער זענען גארנישט אזוי שטארק . והא ראי'  אז אקעגן די וואס טראגען מיטן עירוב שרייט מען נאך און מען איז מוחה. און קעגען אזא איינעם וואס איז עובר אויף עבודה זרה . גילוי עריות. און שפיכות דמים. און איז נאך א חוטא ומחטיא וויייל ער הייסט אנדערע אידען אויך אזוי טון.  קעגען עהם יז מען גארנישט מוחה און מען איז עהם נאך מכבד?
אלא מאי . אדער אלו ואלו דברי א_קים חיים .ח"ו. אדער איך ווייס נישט וואס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2007 23:42 לינק ישיר 

לכבוד רבי איציק מיכל

יא יא ווען דער גורער רבי גייט יעצט צו די בחירות וואלט עטץ געשריגען!

נו! פארוואס שרייט עטץ טאקע נישט . ווייל מען שרייט נאר אויפן שוואכערן . אימת גבור על החלש. . דער שוחט שעכט נאר קעלבלעך . לאז ער פרובירן צו שחטן עלעפאנטען און לייבען. . און דא אין וויליאמסבורג שרייט עטץ אויך נאר אויף פרויען בעיקר . נישט אויף מענער 

יעצט לעניינו 
לאמיר דיך פרעגען רבי אלחנן וואסערמאןס קשיא?

יא! יא! . ער האלט טאקע נישט יעצט אינמיטן גיין צו די בחירות .  און מען דארף טאקע נישט נאכשרייען. לשיטתך   אבער פון דא ביז כבוד אפגעגעבן איז דאך א מרחק רב . געוואלד. קענסט טאקע נישט מוחה זיין אבער ווער הייסט דיר אםגעבען כבוד.
 
און די אנדערע חברה וואס שרייבען מיר באישי אז דער רבי זי"ע האט אויך אויפגענומען דעם פאליציי מיניסטער.  ווואס פאר פארגלייך איז דאס.  אז מען דארף דעם גנב נעמט מען עהם אראפ פון די תלי' . דעם פאלייציי מיניסטער האט מען דעמאלס געדארפט ער זאל באפריען די ארעסטירטע

אבער דא פארוואס דארף מען אפגעבען כבוד פאר איינעם וואס האלט נישט נאר אז די בחירות איז נישט קיין עבירה.  אדרבה ביי עהם איז דאס א גרויסע מצוה.

א גורער חסיד האט געזאגט אז ער איז געשטאנען אין בארא פארק אויף 13 עוועניו  קארנער 50 סטריט . און ביז 15 אידען יעדען וואס איז דורך. האט ער אפגעשטעלט און געפרעגט

האסט א ויואל משה אינדערהיים.?   האבען אלע פופצעהן גענטפערט .ניין!   און ער האט געפרעגט די זעלבע פופצעהן אויב האסטו א משנה ברורה אינדערהיים?   האבען זיי גענטפערט יא!   זאגט דער גורער חסיד.  נו! דא אין ברוקלין באתריה דמר.  ווער איז רשכבה"ג ???  דער ויואל משה? אדער דער חפץ חיים פון די אגודה?

נו! פרעג איך ענק אזא חסידות . וואס סאטמאר איז ביי זיי גערעכענט לכלום.
זיי האלטן פון די מדינה.
זיי גייען צו די בחירות
זיי נעמען געלט פון די מדינה
זיי שיקן שליחים אין כנסת
זיי לערנען דף היומי
פאר זיי דארף מען אפגעבען כבוד . אתמהה

וואס איז ער בעסער וויא הרב עובדי' יוסף ?  ווייל ער האט חסידים?
און ער וואס ער פארט ארום אין די גאנצע וועלט מחזק זיין הרב שטיינמאן און איז זיך מבטל פאר עהם כעבדא קמי' מארי'
נו! פארוואס פאר הרב שטיינמאן דארף מען נאכשרייען . און פאר עהם נישט.
דער תירוץ איז אלעס איז הויל פאליטיק עס ליגט אין דעם גארנישט מיט גארנישט. וד"ל
לב חכם לימינו ולב כסיל לשמאלו.
דער חכם זעהט אלץ גוטע זאכען בייי יענעם דאס רעכטס און דאס גוטס.

און דער מח קטן דער כסיל דער נאר זעהט אלץ נאר ביי יענעם שלעכטס.
די וויזניצע זענען אפיקורסים
די ליובאוויטשע זענען א גלויבן וואס איז ענליך צו יודישקייט
די פאפע זענען נארנים
דער סקאליער איז דאך פשוט סטרא אחרא
דער קלויזענבורגער איז דאך א גלח
דער בעלזער איז א נעלאגעג
די באבובער זענען סתם מאדערן
דער סקווערע איז דאך סתם "מאי קאל הרעש" זענען דאך קאמוניסטן"
די באיענר זענען מחללי שבתות
ביי די זלונים זענען די ארונים שקצים
און ביי די ארונים איז פארקערט
נאר דער עיקר איז "אני ואפסי"

( א יונגל וואס לערנט אין וויליאמסבורג ביי די אהרונים איז אהיימגעקומען מיט א בילד פון א הינט און געוויזן אז זיינע חברים אין חדר האבען געזאגט אז דאס איז זלמן לייב און יעדער האט געלאכט

עד מתי פתאים תאהבון פתי .

און צו די אלע וואס פארפירן "באישי" וויל איך זיי זאגן בל"נ אז איך ועל זיי נישט ענטפערן .נאר אז זיי וועלן שרייבן זייערע זאכן נארמאל בפומבי.

אדער איך וועל ארויפשטעלען זייערע בריוון וואס זיי שרייבן באישי. וועל איך בל"נ מפרסם מאכען.

פונקט וויא רז"ל מיט רבי געציל האבען געמעגט מספיד זיין און כבוד אפגעבען פאר הגה"צ ר"א לייטנער ז"ל.
אזוי האט מהר"א געמעגט גיין צום קלויזענבורגער
און אזוי האט ר"מ הלבש"ט זי"ע געמעגט גיין צו הרב עובדי' יוסף און צו הרב אלישיב

און אזוי אויך האט געמעגט אדמו"ר מתוא"י שליט"א געמעגט גיין צו הרב שטיינמאן

און אזוי האט געמעגט הגאון הגדול מרן בעל מנחת יצחק זי"ע אב"ד העדה החרדית בירושלים עיה"ק . ברענגן אין זיינע תשובות דעם ליובאוויטשער און שרייבען אויף עהם הגה"ק ציס"ע שליט"א
אויך האט ער געמעגט ברענגן הרב עובדי' יוסף
 און אזוי האט געמעגט הגאון הגדול הצדיק רבי יחזקאל ראטה שליט"א אב"ד קארלסבורג פוסק הדור . גיין צום בעלזער רבין
און אזוי מעג מהר"א גיין אויף לעיקוואוד צו די יארציייט פון הגאון מהר"א קאטלער. וואס איז ספעציעל געפארן קיין ארץ ישראל הייסן גיין צו די בחירות .

און אזוי האט הגאון רבי יצחק מאנדעל שליט"א פון קרית יואל געמעגט ארויסגעבען א קונטרס מיט בירורים אז דער גאנצע מערכה מיטן עירוב איז סתם א פאליטיק של שקר עס האט גארנישט צוטאן מיטן רבין זי"ע . נאר מיט יצחק שטערן.
הכל כאשר לכל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אדמו"ר מגור אין ניו יארק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext