|
|
| נשלח ב-15/11/2007 21:41 |
|
| |
ובכלל, הלא צריכים להסביר לך דברים פשוטים ובסיסיים, כמו שמסבירים לבעל תשובה שזה אתה נתקרב לחסות בצל השכינה.
הלא אם לא חסיד אתה הרי לכה"פ יהודי חרדי מבטן ומלידה אתה (שלא כ.... וד"ל). ולמקרא דבריך לא ידעתי אם עלי לצחוק או לבכות! הסכיתו ושמעו ! חטא ופשע חדש מצא לנו הילד הלז לתלות ברבותינו נשיאנו גדולי ומאורי החסידות!והוא -- הם אינם מכבדים את חסידיהם ותלמידיהם הבאים לחסות בצל כנפיהם, לשתות ממי תורתם והתחמם לאורם.... מה רצת ומה חשבת, האם לא קראת מימיך את ספרי 'קלפ-האלץ' ושאר סופרי החסידות? האם גם מרן קוה"ק אוהב ישראל היה לדבריך מחוצף שאינו מכבד את היושבים.... אהה, מסתמא הינך גם בטוח כי כל האדמורים לדורותיהם היו מתיעצים עם תלמידיהם על כל צעד ושעל, ולא היו עושים שום תנועה מבלי קבל רשות מאת חסידיהם...
תדע לך, שעל אף שלא קראת ושינת ולא ראית מאורות מימיך, שדרך החסידות חיה ונושמת !תהילה ושבח לקל בורא עולם, וצדיקי החסידות הם המה החלוצים ההולכים תמיד לפני המחנה (ואינם מזדנבים בעקבות הסכמת אי מי מאנשיהם..), וגם לרבות מקיימים הם מצוות הוכח תוכיח, שהרי תמורת זה מקבלים המה פרס מתלמידיהם בכדי שיורו להם איה הדרך ישכון אור בה (עי' בדרשה המפורסמת של מרן זי"ע. תשאל לחבריך, אולי יש ביניהם אחד שהספיק - חוץ מלהחליף ניקים יום ולילה כאן בפורום - גם להגות קצת בדבה"ק של מרן, כי כמדומה לי שאתם מתימרים להיקרא חסידיו..)
וחוץ ממתי מספר הוזים עלובים מהעיר בניברק, שוטים המורים את מוריהם שלא התאים להם לקבל לקח ולשמוע מוסר ממי שרק יהיה, ובחרו להם איזה מטאטא אחד שישמש להם אדמור 'יעני', הרי שלא אלמן ישראל ורבבות חסידים מתנהגים והולכים עדיין בדרך הסלולה לנו מרבינו ישראל בעל שם נבג"מ ותלמידיו רועי ישראל לדורותיהם, וביניהם צדיקי בית בעלזא אשר הבטחתם מתקיימת ומתגשמת יום יום שעה שעה למול עיננו: בעלז וועט זיין א ווינקל וואס מען וועט וויסן דארט פון גאט ב"ה, ביז משיח וועט קומען! כן יעזרנו השי"ת שנזכה במהרה ללך לקראת משיח צדקנו ומלכנו בראשינו אמן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2007 21:58 |
|
| |
רבותי, חבריי חסידי בעלזא (השקצים כמוני שמשוטטים כאן באיטרנט).
אני מבקש מכם בכל לשון של בקשה שתפנו את הזירה. תשאירו אותה לגמרי לחסידי מכנובקה. אתם לא שמים לב איך שהם סוחפים וגוררים אתכם בלבד שתודו שכ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א הוא בדרגה של בן דודו האדמו"ר ממחנובקה שליט"א וכו'. אל תשכחו שהם מסתכלים על רבי בשיא הבהירות והיכולת שהם מסוגלים ויכולים להסתכל ממבטם ומ"בתי עינים" שלהם. אין להם כל מושג מה זה רבי קדוש עליון רבן של ישראל. ולרמה זו הם מנסים לגרור אתכם.
בפרט עכשיו והדברים הגיעו עד כדי הזכרת עברם החילוני של הרבי ממחנובקה שליט"א והוריו? עד היכן הדברים יגיעו... עהאם שכחתם שאנחנו עכשיו באמצע "שיחות שלום", והחיטוט בעברם וודאי לא יתרום לשלום. על כן, לו שמעוני ותפנו את הזירה לחסידי מכנובקה. שיקיאו כאן את כל הקיא והזוהמא שיש להם בקרבם, ואפילו יביאו תמונות ויכתבו עליהם בקידוש לבנה אותיות "בעלזא בעלזא שבבעלזא". תתגברו נא ותתאפקו ובלבד שלא להתחיל עם הפרשיות הנלוזות הללו. אין הצר שוה בנזק המלך.
היו שלום ולא להתראות כאן.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2007 22:08 |
|
| |
שעלט מיין קינד שעלט - די האסט נעבעך אויף וואס צו שעלטן - ליין וואס דער הייליגער ירושלימער רב זצוק"ל האט געשריבן

|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2007 22:54 |
|
| |
פארזעצונג:
דאס וואס די זאגסט איך בין א בעלזער, לא מיני' ולא מיקצתי', עד כדי כך, כ'האב געשריבען ברמז, וואס כ'האלט וועגן דעם בעלזער רב שליט''א, דאס וואס די וועלט, די אויסערליכע וועלט זעט און האלט, וואס די חסידים זיינע האלטן איז אזויווי מ'האלט פון א צדיק נסתר וואס אויסער די אייבירשטער און ער ווייסט קיינער נישט דערפון.
אבער האמת היא, אז בעלזא איז היינט א פינת יקרת, א הערליכע ווינקעל, וואס איז גרייט מקבל זיין משיח צדקינו, מיט מוסדות התורה והחסד, וואס איז א שטאלץ פארן יודישער פאלק בכלל און יהדות החרדית בפרט, און מצד מה שענער ווי סאטמאר אפילו.
אבער דער רב שליט''א איז פאר זיין עולם פארהייליגט, און דער מאכניווקער רבי קען די גאנצע וועלט אלץ א צדיק וקדוש ביותר. נאר דער בעלזער עולם איז א וועלט פון חסידים ויושבים אמיתיים, און די אלטע שלעפער'ס פון 99 און ווייסעך ווי אין די לעכער, זענען אפיקורסים מיט גרינע ווערים, וואס קריצען און שפעטן פון אלעס און אלעמען, ביז זייער רבי וואס זיי האבען כלומרשט מקבל מרות געווען, ווילען זיי הייסן, אז ער זאל זיין בעלזער רב, וואס וועט נישט זיין קיינמאל ווילאנג מיר לעבן אין דעם עולם הזה בלי חלום ודמיון.
דאס אז דער רבי ר' יושע'לע איז א שטיק בעלז דאס איז קלאר! אויכעט ר' שמעו'לע מאקעווער איז א שטיק בעלז, אויכעט די אנדערע אייניקלעך זענען א שטיק בעלז, אוודאי מעג יעדער הייסן וואס ער הייסט, און בעלז הגדול שטערט נאר די פאקט, אז די ראציגע מתנגדים פראבירן אים שטעכן אין פנים, וואס דאס שטערט דאך פאר יעדן בעל חי אז מ'סאקירט עהם.
זאגטס מיר די אמת, ווער איז א אמת'ע גלויביגער אין ר' יושע'לע? אויסער בנימין בארד - וואס איז אויכעט בטעות ארויסגעפאלן פון די אמת. און ער און נאר ער איז 'באמת' בעלז, וויפיל די קהילה מעורב פון צוואנציג קרייזן '99' האט אים שוין געוואלט מעביר זיין. [קען זיין פאר די ביטערע עבירה אז ער האט נישט קיין געלט, און דאך טיילט ער צדקה בהרחבה, און ער און נאר ער איז געטריי דעם רבי'ן מבואו ועד צאתו כל ימות השנה.]
המשך יבוא...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2007 23:29 |
|
| |
די זאגסט וואס די ווייסט פאר א פאקט אדער די וואלסט ווען געוואלט עס זאל אזוי זיין קום אריין אין דריי דיך אין אונזערע בתי מדרשים וועסטו געוואור ווערן דעם פאקט
גראדע דעם בעלזער האסטו גאנץ גיט ארויס אין דעם גאס בילד אפשר אויך אבער זה הא זה
בעלזא מחנובקה וויל איין זאך אונז לייגן צו דער נאמען מחנובקה אין די גאנצע וועלט וואס מיר רופן זיך בעלזא אבער לאז אונז זיך רופן איבעראל בעלזא מחנובקה אין לאזט אונז גייען אונזער וועג
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2007 23:53 |
|
| |
דערמאנסט זיך אוודאי די מעשה !
עס איז געקומען א יוד צום רב ז"ל און די רב ז"ל האט געפרעגט ווי ער וואוינט און וועגעו די יודישקייט האט ער גענפערט אז עס נישט דא קיין בעלזער חסידים דארט. האט די רב ז"ל געפרעגט די יודען דארט דאווענען ? יא, לערנען גפ"ת ? יא, האט די רב ז"ל געפרעגט נו ! זענען דאך בעלזער חסידים.
ויש גורסים זענען דאך היימישע יודען.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2007 00:55 |
|
| |
האב איך דען נאכנישט גענוג מגלה געווען? איך קען נישט דאס גאנצע קורקבן דורך און אדורך?
אדרבה, מיט וואס האב איך געגרייזט..
איז דען דא איין מענטש וואס גייט אין פייער פארן רבי'ן - אויסער די אויבערדערמאנטער נאמען?
קען דען אליש נישט אויסהאלטן די מוסדות זיבן מיליאן מאל? געבט דען נישט אליש א שמוציגע פיאסטער פאר ר' יושע'לע אז ער זאל אים פאלגען ווילאנג ער לעבט? איז דען שלום ענגלענדער נישט מסופק אינעם רבי'נס אתרוג צו ס'איז מהודר? איז דען נישט אמת אז מ'האט געוואלט מעביר זיין בנימין פון ביהמ''ד? זענען דען די בחורים נישט מגודל צו עזי פנים? דרייען זיך דען נישט אלע אויסגעשפילטע אין ענקער ביהמ''ד? איז דען דא נאך א בעלזע רבי אויפן מאפע [אויפן וועלטס מאפע, נישט אויף בייגל'ס מאפע] וואס יעדער קען אים אלץ דער בעל הקאמפאני ואין זולתו?.
האט דען דער רבי נישט מגלה דעת געווען צום וויפילטן מאל, אז ער וויל שלום און ער וויל מנהגים פונעם פעטער, און אז מ'זאל האלטן די פעטער לזכרון ווי איינע פון די אבות החסידות, און מ'זאל האבען בעסערע דאגות ווי עהם פארטרעטן אין פאליטיק? וואס האט מען געזאגט? דער רבי רעדט העכער'ס.. דער רבי פארשטייט נישט דעם מצב.
כ'פארשטיי אז אויב נישט ער איז בעלזער רבי, זענט עטץ נאקעטע מתנגדים, ממילא מאכט אויף אייערע אויגעלעך און זעט, אז קיינער רופט אייך נישט חסידים, נאר פארקערט, און ווען עטץ וועטס אנהייבן לערנען דעם יוגענט דרך ארץ, וועט כאטש די פרישע דור זוכה זיין צו נחת, און עפעס המשך הדורות, מעין דמעין וואס ענקער עלטער זיידע האט געהאט, פאר זיי האבען זיך מתחצף געווען פארן ערשטן ר' ישכר דוב, ווען ער האט אנגעהויבן דעם מחזיקי הדת..
המשך יבוא..
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2007 04:01 |
|
| |
חסידים!
איך זעה אז די האלסט עס ממש נישט אויס, די שפייסט שוין בליט,
וועל איך דיך ענטפערן, על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.
סאיז דא זייער אסאך מענטשען וואס זענען גרייט צי גיין אין פייער פארן רבי!
נישט נאר בנימין ב. אפי' די האט מען פארקויפט אנדערש, ביי ענק איז דא זעהר א גיטע פארבריק פין פאברעצירן מעשות, [סאיז שוין אזוי געווען אלע יאהרן מהאט ענק פארקויפט מעשות וואס איז אריבער א גיטע צינזור].
וועגן אליש, ער קען טאקע אויסהאלטן די מוסדות אפי' מער ווי 7 יאהר, ממילא דארף ער דאס שוין געבען?
די גערער רבי קען אויך אויסהאלטן די גאנצע איחוד, ממילא דארף ער שוין נישט פארן קיין איטליה, נאר געבען די גאנצע געלט פין זיך?
גראדע שלו' ענגלעדער איז פין די גרויסע שטיצערס פין די שלום, ער איז זיך גרייט מקריב צי זיין פארן רביס לעבען.
בנימין בארד האט קיינער נישט געוואלט אפזאגען, אדרבא איך הער זאגען אז מאיז מוראדיג ציפרידן פין איהם.
די בחורים זענען א זעלטענע איידלגייט סקימט ארויס פין לאנדאן די בעסטע פירות ווי למשל אינזערע דיין אין בית שמש הרב ש. גליק, ראש הכולל אין בני ברק הרב א.י. בראנדער, הרב א. האפמאן ר"מ בישיב"ק,וכו'
אפי' אין לאנדאן דרייען זיך אין שטיבל חסידים יראים ושלימים, וואס סאיז באוויסט אין לאנדאן פאר א ספיציעלן פארצייטיש חסידיש אין חשובה ביהמ"ד,
ממש א דוגמה פארן שטאט בלי שום גוזמא, איך בין שוין במשך די יאהרן כמה וכמה פעמים דארט געווען, סאיז א געשמאק אריינציגיין. סהאט די פארצייטישע חן!
אין דאס וואס די פראביסט אוועק צי מאכען קומט נאר פין קנאה ושנאה.
המשך יבא...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2007 04:09 |
|
| |
חסידים ווי עס קוקט אויס ביזטו פשוטו כמשמעו א לאנדאנער פערד, ווארשיינליך א לאנדאנער דורי דורות , די דאווענסט אין קלעפטן-בעלזא זאגסט איבער וואס דער גאס רעדט אויף דיין רבי ווייל די ביסט דאך א לאנדאנער ביזטו דאך אויפגעקלערט מסתמא אויך אין קלעפטן -בעלזא וויל מען דיר שוין נישט זעהן אין גיין מיט דיר אין ווארט ווייל די רייסט דארט אראפף דעם גרויסען רבין , אין דא ווידער ביזטו-מיר א פרעמדער אבער די ווייסט די גאס לאכט פין דיין רבין אבער די האלטסט אז ער איז א לבדו הוא ואין זולתו , קומסטו ווען פין ישראל אדער אמעריקע זאג איך דיר די ביסט א רחמנות א דיפרעסטער אידל וכו. פאר א לאנדאנער ביזטו נערמאל, אבער ווער האט דיר פארציילט דעם סוד וואס די שרייבסט " און עפעס המשך הדורות, מעין דמעין וואס ענקער עלטער זיידע האט געהאט, פאר זיי האבען זיך מתחצף געווען פארן ערשטן ר' ישכר דוב, ווען ער האט אנגעהויבן דעם מחזיקי הדת.."
איך האב געוואוסטאז אונזערע זיידעס די גערונדער פין בעלזא-בני ברק הרה"ג ר' שלום בראנדער ז"ל אין ר' אלימלך רומפלער ז"ל אין ר' ישראל יעקב קלפהולץ ז"ל אין ר' דוד מאיר גרינוואלד ז"ל אין ר' אפרים קליין ז"ל אין ר' יוסף דייטשער ז"ל אין ר' חיים משה בארד ז"ל אין ר' משה טובי' גרינצווייג ז"ל זיי זענען געווען די גרעסטע שונאים פין דער פריערדיגער רב ז"ל אין ווי נאר עז איז נסתלק געווארן זענען זיי געווארען ברעסלבער חסידים
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2007 05:37 |
|
| |
טעית בגדול! וידעת סוף דבר.
איך בין טאקע א לאנדאנער געבוירענער, אבער איך וואוין גארנישט דארט, אבער ווי איינער פון די צוואנציג קרייזן וואס דרייען זיך דארט, בין איך דארט אויכעט געווען, און כ'האלט נאך אלץ מיט יעדע שפרענקעלע וואס גייט פאר דארט.
די האסט געענדיגט מיטן ווארט ברעסלאוו, וואס דאס איז טאקע ביי מיר הייליג, און טאקע דערפאר, ווי דער אלטער רבי ר' אי''ה ממאכניווקא האט געזאגט, אז זיי האבען פיל געטוהן פאר יודישקייט אינטערן אייזערנעם פארהאנג, און איך האב זוכה געווען צו א מופת גלוי פונעם אלטן רבי'ן. און געווען אביסל מקורב צום היינטיגען רבי'ן.
ממילא, וועמען וועסטו זאגען אויף טאג נאכט און שווארץ איז ווייס? נישט מיר !! און איך בין עס מגלה, אז מ'זאל וויסן וואס ס'טוהט זיך אונטערן שלייער פונעם שווארצן 'בעלזער' עטרה.
דאס וואס די זאגסט אז מ'גייט אין פייער דארט, איז אמת, אבער נישט פארן רבי'ן נאר ל''ג בעומר אין חצר ווען אלע קלאטשען אריינגערעכענט א גאנצע שטאב וואס געהערן גארנישט אן מיט בעלז, דא איז א אלטער וויזשניצער רב, וואס כ'ווייסנישט ווי ער האט פארבלאנדשעט צו ענק, און דא א טשערנאבלער דא א פשעווארסקער, דא א ביאלער, דא א אלטער וויזשניצער מורד, דא א מענדעליסט אלץ מנהל ביי ענק. וכו' וכו' וואס זענען גראדע אומשולדיג.
דא האסטו דיך פאר'רעדט אויפן גערער רבי'ן, און ווידער אומוועלנדיג נישט געכאפט ווי ענקער טעות שטעקט, א רבי איז נישט קיין פאליטיקאנט! ממילא דארף א רבי בכלל נישט אפגעבן דין וחשבון וואס ער טוהט מיט זיין געלט און מיט דיין געלט, און די גערער רבי טוהט וואס ער פארשטייט, און זיי גייען טאקע פאר זיין ווארט אין פייער.
ביסט גערעכט אז ס'זענען דא ביי ענק יחידים פיינע יונגעלאט, אוודאי איז מורשת מאכניווקא נישט געגאנגען לאיבוד, ס'דאך נישט דושינסקי אדער נייטרא אדער פאנאוויטש, א גזע איז נצחיות, ממילא כאפט זיך אייער רבי אן אין צוויי גרויסע הייליגע זיילען, און די עטליכע וואוילע יונגעלייט דארט, גלייבן זיכער אין רבי'ן, איך בין זיכער ווייל כ'האב זיי געזען אין פנים, און די פנים צייגט נישט קיין עזות, אבער ווי געזאגט, דאס איז יחידים.
ס'גארנישט, קבל את האמת מי שאמרו, מ'דארף זיך מכניע זיין, און מ'טארנישט רודפ'ן קיין איינעם וואס שמעקט נישט מיט אייער ליגע. אייער ליגע איז פאליטיק, און בנימין ב. וואס איז גאר דבוק אין רבי'ן איז ממילא נישט נייגעריג אויף די חשבונות של שווא, איך ווייס גוט, אז אליש וויל נישט דעם שלום וועגן די שלשלת אז אזוי וועט דער בעלזער רב וועלן ווייטער ממשיך זיין מיטן שלום מיטן בד''ץ, און דאס איז דאך מיין העכסטע קשיא.
א מענטש וואס געבט עפעס, נו, ווער ס'האט די מאה האט די דעה. אבער דער איינגעהויקערטע קמצן האט נישט קיין רעכט צו פירן דיעות פאר די העכסטע פירער פון כלל ישראל. צו איז עס דעם רבי'ן ר' יושע'לע אליין, צו איז עס איינטיילען תולדות אברהם יצחק ווען ער מעג ווידער קומען.. און צו איז עס נאך פילע זאכן. יא! איך ווייס מער ווי עטץ אליינס ווייסן. איך בין באקאנט מיט פיל מער ווי מ'באקט ענק איין, לשם מצוה!, וואס איז די מצוה? מ'טאר נישט זאגען בעלזער רבי פון ירושלים, מ'מוז זאגען בערעלע.. אזוי ווערט מען געטויפט צו התנגדות, און אזוי האט זיך געפירט די גאנצע רייהע 'חשובע' מתנגדים, וואס די האסט אויסגערעכענט.
ווער דארף תורה טראדישאן איינגעקוועטשע תורות לאקשען.. מ'דארף די ירושה פון שלום פון אלע זייטן, אפילו יענער וויל נישט.
נישט גענוג מ'האט ביז אהער באגראבען די יוגענט, דארף מען ווייטער ממשיך זיין מיט די אלטע חבל שווא?
די זאגסט מיר די האסט געהערט ס'איז א געשמאק דארט אריינצוגיין, הע! מייזן האבען ליב זייער לעכער.. אבער נישט איך און נישט 'קיינער' וואס איז מסודר נארמאל, און האט א קלארע שכל אויפן עתיד.
דו זאגסט אז איך שפיי בלוט.. געב איך דיר יעצט צייט זיך אפצורייניגען טאמער האב איך דיר צופיל אנגעבליטיגט..
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2007 06:55 |
|
| |
שלום וברכה
איך וויל בעטן יעדער שרייבער דא וואס האט א געפיל פאר בעלזא צו לייענען וואס איך שרייב דא . איך בין נישט קיין יונגערמאן מער . איך האב שוין ב"ה חתונה געמאכט עטליכע קינדער אבער איך האב געהערט פין מיין יוגענט פריינד וואס איך לערן מיט איהם יעדער נאכט פאר קרוב צו פינף דרייסיג יאר נאך פין בעלזא ישיבה פין דעם איידפארק. נאכן ליינען האב איך באשלאסען איך וועל אריינרעדן דא. איז בעט איך ליינט עס .
איך קום נישט פין א בעלזא שטוב פינדערהיים מיין פאטער שליט"א איז געווען א חסידישע יוד אין האט געוואלט איך זאל זיך דרייען אין געהערן פאר א חסידישען מקום האט ער מיך געשיקט לערנען קיין בעלזא אין איך האב היינט א ריכטיגער בעלזער שטוב קע"ה מיינע קינדער האבן געלערנט אין לערנען אלע אין בעלזא אין מיין שווער איז א בעלזער פינדערהיים אויכעט.
אם כל זה האב איך ב"ה קיינמאל נישט וויי טאן קיין שום יוד . ליידער איז דער ניסיון געווען גאר שטארק שאל אביך ויגדך זקיניך ויאמרו לך . אבער היינט ווען איך קוק זיך אים אז איך האב ב"ה זוכה געווען צודערלעבן צופירן מיינע שעפעלעך אינטער די חופה בשעטו"מן האב איך הנאה אז איך האב זיך געשטארקט אויף מיין יצר . ליידער האב איך צוויי נאנטע פריינד פין ישיבה וואס האבן דאס ליידער נישט דערלעבט . אויפן פלאץ האב איך זיי מקנא געווען פארן זיין אזוי גרויס . איך האב זיך גאר מיטגעפרייד אין מיין הארץ בשעת מעשה אבער ביים בייגלייטען די ארון צום עולם האמת פין ביידע האב איך געוויינט פארוואס איך האב דאס צוגעלאזט .
דער רב ז"ל פאר א יוד א תינוק שנשבה וואס האט געגעסן יום כיפור בפרהסי' דער אייבישטער האט דיך ליעב טוה נאר תשובה ווער נישט געקלאפט א יוד איז א יוד ביסט א אייגען קינד פון באשעפער . אבער איך האב געהערט פין איינער וואס האט עס געהערט פין די משב"ק ר' שלום פויגל ז"ל ווען עס איז געווען עפעס א פייערדיגע מחלוקה וואס האט זיך אנגעפאנגען מיט א גט אין מען האט איינעם מבזה געווען אין וויי געטוהן . איך געדענק נישט אויב אפי' פיזיש ווי געטוהן מיט די הענט האט דער רב אריינגערופן דעם יוד אין געזאגט פארוואס טוסטו וויי א יוד איך מיין נישט יענעם יוד איך מיין דיך אליין האב רחמנות אויף דיר אין דיינע קינדער די טוסט דאך דיר אליינס וויי ווייל בין אדם לחבירו צאהלט מען טייער בזה ובבא .
מעשה שהיה נישט פאר 1000 יאר צוריק נאר ממש יעצט.
איך בין אין בעלזא נישט קיין דיין גבאי ראש הקהל שמש שיינע יוד איך דאווען אין בעלזא אין דארט האב איך אויפגעשטעלט מיין שטוב בס"ד . טראץ וואס איך האב אייביג פארציילט אין אריינגעבאקען אין מיינע קינדערלעך אז א בעלזא חסיד איז מען ווען מען טוט פאר יודענסוועגן .
עטליכע יאר צוריק האב איך זיך דורכגעשמועסט מיט עטליכע יודען נאך מנחה מעריב וועגן דעם פרישען מחלוקה וואס האט זיך דעמאלס צופלאקערט וויאזוי מען קען עס אפשטילען אין איינער האט מיך א זאג געטוהן ר' מיין זוהן האט מיך געזאגט אייער זוהן איז היבש אקטיוו אין דעם מערכה . איך האב פארדרייעט דער שמועס אבער ביי די ערשטער געלעגנהייט האב איך זיך ארויסגעגליטש פין דעם קיפקע אין אהיים .
אויפן וועג אהיים האבן זיך מיר אלע מיינע ביינער געווארפן בלי גוזמא איך בין אויפגעבליבן ביז זייער שפעט צוקענען רופען קיין א"י אין ישיבה ענדליך מיין בחור שוין היינט ב"ה א יונגערמאן איז געקומען צום טעלעפאן איך האב אויסגעפלאצט בדמעות שליש צו מיין קינד אין אים פארציילט וואס איך האב געהערט נעכטן אויפדערנאכט.
איך האב אים געזאגט איך האב רחמנות אויף דיר אין איך האב אים פארציילט די אויבענדערמאנטע מעשה מיטן רב ז"ל ער האט אבער געזאגט ער ווייסט נישט וואס איך וויל ער האט גארנישט געטוהן .
דער מצב איז געווארען היבש שטיל די פייער האט זיך ביסלעכווייז אויסגעלאשען . צוויי יאר שפעטער קיין שידוך האט זיך פאר מיין זוהן נישט אויסגעארבעט אין רוב פין זיינע חבירים האבן שוין חתונה געהאט האט ער מיך געזאגט טאטי געדענקסט די האסט מיך גערופען אין ישיבה איך האב גארנישט געטוהן איך האב נאר געברענגט אין געהאלפן .איך וועל נישט רעדן צופיל ווייל עס איז נישט נוגע . בקיצור ער וויל איך זאל איבערבעטן עטליכע יודען בשמו ווייל זיין הארץ זאגט אים אז אלעס גייט קאפויער זייט דעמאלס . גלייבטס מיר יונגעלייטלעך איך האב פארברענגט שעהן זיך געמאכט בושות אבער וואס טוט מען נישט פאר א קינד איך בין אראפגעפארען קיין ארץ ישראל פאר 2 טעג נאר וועגן דעם נושא . אבער איך אין ער האבן נישט קיין חרטה דערפאר. ער איז ב"ה א חתן געווארען א חודש דעראויף אין האט שוין ב"ה קינדער.
אסאך ווייסן די מעשה אבער די וועג וויאזוי מען שרייבט דא זעהט אויס אז עס קען דא צוניצקומען האב איך עס געוואלט שרייבן .
נאך אסאך הארוואניע אין שווערע ארבעט פין שעות ארוכות פין דיינים בעלי בתים נגידים פין די גאנצע וועלט אין פין ביידע מנהיגים שליט"א וואס זיי זענען די וועג ווייזער זיי הערן אויס צרות ישראל א גאנצען טאג זיי זענען בנן של קדושים זיי האבן געהאט זיידעס וואס האבן געשאקעלט א וועלט . איך האב קיין ספק נישט אז דער רב ז"ל דער אהרן אוהב שלום ורודף שלום קיקט זיך צו . אין שעפט נחת אין וועט זיך בלי שום ספק מיהען פאר אלע וואס העלפן ארויס אין איך וויל נישט זאגען פארקערט.
איך וועל מסיים זיין א ישר כח פארן ליינען אין די זכות וואס איך האב מיך אוועקגעגעבן מיין צייט צופארמיידן מחלוקת אין ארויסהעלפן דעם שלום זאל דער רב ז"ל הרה"ק מרן רבי אהרן בן הרה"ק מרן רבי ישכר דוב זצוק"ל זיעוכי"א מיגן זיין פאר מיר אין מיין משפחה אין אלע יודישע קינדער עד ביאת גואל צדק בב"א
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2007 07:11 |
|
| |
איך האב אפגעשריבן א גאנצער מגילה פאר דיר "חסידים" אין מסביר געווען בטוב טעם ודעת דיינע דמיונות ..... לויט וויפיל עס איז מעגליך צו ענטפערן פאר א לאנדאנער אומציפריעדענער אויפגעקלערטע אויבערחכם אין שווארצזעהר וואס צו אלעס פארשטייטער .... אבער איך האב אלעס אויסגעמעקט צוליב דעם ארטיקל פין חסדיהשם אבער עפעס האב איך דיך פארט געוואלט פרעגן . אויב וואלטסטו ווען געווען ווערט 9 ביליאן דאללער ווי הרה"ח ר' אליש וואלטסטו געזיצען מיט רבינו תמס יעדען טאג ביז 12 אזייגער ?
וואלטסטו ווען געווען אזא דורכגעווייקטע חסידישער איד ?
וואלטסטו ווען קיינמאל נישט גענומען אין מויל נאר היימישע עסן ?
די האסט אים פיינט ווייל די האסט נישט דאס געלט די גייסט אויס וועגן דעם רעד נישט אזוי אויף אים רייס אים נישט אראף, גיי אין בית הכסא אין געב ארויס דארט דיין בויך וויי נישט דא ברבים ,
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2009 17:19 |
|
| |
יפה
|
|
|
|
|