עבד עברי, איך בין שוין אינגאנצן צומישט מיט דיר, איך ווייס נישט צו דו ביזט א סאטמארער, א קלויזנבורגער וואס שטיצט דעם עירוב אדער גאר א קאשויער וואס מיינט אז יעדער מוז זיין גענוי אזוי פרום בענין בשר ווי דו אדער דיינע אייגענע געפילן
איך בין נישט צופיל באקאנט אין הלכות שחיטה, ניקור און די אלע זאכן וואס די רעכענסט אויס
אבער מיט עטליסט צוויי זאכן בין איך באקאנט, נאמבער 2 און 3 פון דיינע נקודות
שחיטה מונחת, אויב עס וועט געלונגען צו מאכן, איז מה טוב ומה נעים, אבער עס איז נישט קיין קולא שחיטה עומדת, וואס איז א לכתחילה לויט אסאך פוסקים, און א מעשה רב דא אין אמעריקע, פון אזא שחיטה האבן געגעסן אזעלכע גדולי עולם ווי דער דברי יואל מסאטמאר, ויחי יוסף מפאפא, קאפישער רב, שאפראנער רב, פריימאנער רב און נאך
וועגן צלע י"ב, ביי די פרשה פון קאשוי האט דער שו"ב ר' יודא לייב ווייס ע"ה פון ירושלים מעיד געווען פאר די עדה החרדית, אז אינדערהיים אין סאטמאר האט דער סאטמארער רב זי"ע בעל דברי יואל אים באפוילן אויסדרוקליך צו שניידן ביז צלע י"ג, ווייל אזוי פסקנט דער חתם סופר, ואין לנו אלא דברי משה
ווילסט זיין פרומער, געזונטערהייט. אבער זאת התורה לא תהא מוחלפת, און ביטע, קום נישט דא פארדרייען דעם עולם א קאפ מיט איבערגעטריבענע פרומקייטן
 |
|
|