בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

וויכטיגע רוף: דר. שאומען פון בעדפארד מעדיקל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/11/2007 19:40 לינק ישיר 
וויכטיגע רוף: דר. שאומען פון בעדפארד מעדיקל

עס איז נישט נארמאל וויפיל בלוט פארגיסונג עס טוט זיך אפ טאג טעגליך אין בעדפארד מעדיקל צוליב דער דאקטער וועלכער הייסט טאקע זייער א גוטע דאקטער, אבער האט פיינט וויליאמסבורגער אידן ווי דער גרעסטער אנטיסעמיט!

דר. שאומען איז גאר שטארק באקאנט געווארן נאכן זיך ארויסשטעלן שטרענג קעגן די מציצה בפה, און זיך געשטעלט פולשטענדיג אויף די זייט וואס האט באשולדיגט דעם מוהל. און רוב רובו פון די העץ קאמפיין איז אים צו פארדאנקן. עס איז בעסער ווי ווייניגער צו שרייבן פון יענע מעשה, ווייל עסקנים האבן מיט פארביסענע ווייטאג געמוזט איינעמען א שטילשווייגעניש כדי ער זאל נישט העצן מער ווי ער האט שוין געהעצט. (די ישועה איז געקומען פון גאר אן אנדערע ריכטונג ב"ה, און נישט פון זיך נעמען צו זיינע ביינער).

אבער טייערע פריינט, אולי לא באנו אלא בשביל זה החרשתי. לאמיר נישט רעדן דערפון אז ביי יעדע מינדעסטע פראבלעם פון נאך א ברית איז מען אין א גרויסע סכנה ווען מען גייט צו אים. בכלל נישט דאס איז מיין נקודה יעצט.

איך רעד פון די האר אויפשטעלנדע פאקטן וואס מען הערט טאג טעגליך, ווי ער בא'שגצ'ט מאמעס על לא עול בכפם!!! עס איז נישטא קיין טאג וואס לפחות 5 מאמעס גייען אוועק פון דארט "וויינעדיג!!!!" - מילד גערעדט.

א שיינע עולם נוצט אים נאך אין גרויסן צוליב זיין פראפעסיע אין דייאגנאזירן פראבלעמען שנעל און פונקטליך. מאמעס וועלכע האבן נאכנישט טועם געווען אן אנדערע קינדער דאקטער (רוב פון זיי אינגע ווייבלעך) מיינען נעבאך אז אזוי איז די סדר העולם, ווען מען קומט צו א קינדער דאקטער שרייט ער אויף די מאמע, און מען זיך לכתחלה אנטוהן בלעכענע הויזן און זיך צוגרייטן תירוצים אויף אלע שילדן וואס ער ווארפט פאר מיט קולי קולות. (רוב פון זיי וואס די מאמע איז "באמת" נישט שולדיג, ווי למשל "אז זיין ציין טוט אים וויי גיי צו א דענטיסט, איך בין נישט קיין דענטיסט! - איר הערט גוט, דאס איז מעשים בכל יום!)

פון די אנדערע זייט הערט מען פון די פילע וועלכע האבן שוין געסוויטשט צו אנדערע דאקטוירים, אז דאס לעבן איז זיי געווארן פשוט איינגענעם און רואיג ווי קיינמאל פארדעם, אנדערע דאקטורים ווייזן ארויס הנאה מיט יעדן וויזיט, זענען מסביר יעדע פראבלעם און לאזן זיך שטארק אראפ. זיי ציטערן נישט צו גיין צום דאקטער אויב עס דאכט זיך עפעס אויפן קינד.

די אלע וואס גייען צו אים וועלן זיך גלייך אידענטיפיצירן מיט וואס איך רעד דא. די סיבה פארוואס מען רודערט נישט אויף די גאס איז זייער פשוט, אבער צווישן אונז, גייטס זאגטס אינדערהיים אז אין וויליאמסבורג פעלט נישט קיין פיינע דאקטוירים, איז ער איין פרצענט שוואכער פון דר. שאומען איז אויך גארנישט. טוט וואס אנדערע האבן שוין געטון און זיך גליקליך געמאכט זייער לעבן. טראגט אפ פון דר. שאומען בעצייטענס!!! און ווארטס נישט ווען עס וועט שוין ווערן צו שפעט ה"י!!!





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/11/2007 07:05 לינק ישיר 

אין וויליאמסבורג אין ODA איז דא א דאקטאר סיי פאר קינדער אין סיי פאר אדאלטס , ער הייסט דאקאטר שאקאי Shakooey א ערליכער אין א פריינטליכע, גאר שטארקע עספיריענס. פרובירט איהם איר וועט הנאה האבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2007 22:02 לינק ישיר 

איך קען נישט דעס קעיס, אבער עס איז נישט אזוי גרינג צו טרעפן א גוטע קינדער דאקטאר בכלל אין ערגעץ נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > וויכטיגע רוף: דר. שאומען פון בעדפארד מעדיקל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext