בד"ה: ר' עזריא' קאסירער ע"ה
מיט גרויס צער האבן חסידי סאטמאר אויפגענומען די פלוצלינגע פטירה פון הרבני החסיד איש תם וישר ר' עזריא' קאסירער ע"ה, וואס איז ליידער פלוצלינג נפטר געווארן דעם ליל שב"ק תולדות איז זיין שטוב, פון א פאטאלע הארץ אטאקע, די לווייה קומט פאר היינט נאכט ביים ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר הופער סט.
ר' עזריא' ע"ה האט נאך געדאווענט פרייטאג צונאכטס אין ביהמ"ד הגדול ווי אלעמאל, ר' עזריא' איז געווען דער גבאי מורא מקדש אינעם היכל התורה בביהמ"ד 13 הופער, ווי ע האט אכטונג געגבען אז מען זאל נשיט שמוסען דארט, ווי אויך פלעגט ער גיין נאך געלט פאר די הייליגע מוסדות הק' בקרית יואל.
ת.נ.צ.ב.ה.
|
|