בית פורומים כל העולם כולו

אלבעני הירונג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/11/2007 16:09 לינק ישיר 

איך האב געזעהן אויף די קארטס וועב סייט, אז נאר דינסטאג אדער דאנערשטיג האבן זיי ארויס געגעבן פסקים ביז יעצט, ס'קען זיין אז די קימענדיגע דאנערשטיג וועט זיין א פסק אדער נעקסטע דינסטאג אדער נאך שפעטער,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/11/2007 16:19 לינק ישיר 

יעצט זעה איך אז און 2006 האבן זיי יא ארויס געגעבן פסקים און עני טאג פון די וואך, אבער פון אנהייב 2007 האבן זיי נאר ארויס געגעבן א דינסטאג אדער א דאנערשטיג,

ס'זעהט אויס ווי דער טאג איז זייער נאנט, איך הער פון אסאך זאליס זיי זענען זיכער ביי זיך אז די פסק וועט זיין לטובה'ס זיי, מן הסתם ווייסן זיי אזוי ווי זיי האבן ביז יעצט געוויסט,

דער עולם זאל מתפלל זיין אז די פסק זאל זיין לטובה'ס קהל יטב לב ד'סאטמאר,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2007 19:58 לינק ישיר 

רבותי איך האב איבערגעקוקט די ווידיאוי און סאיז צרות ווי א בארג
 א נס דארף געשען אז אונז זאל מיר געווינען כאטש עפעס




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2007 21:19 לינק ישיר 

אזויפיל רואה שחורות א ביסל בטחון אינ'ם רבש''ע לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2007 23:57 לינק ישיר 

קען איינער אפשר צושטעלן א לינק צום קארט ווידיא פליז? איך וויל עס זייער זען דאנק




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/11/2007 03:16 לינק ישיר 

איך האב אזויפיל געוואלט זאגן פאר די פאר נארישע אהרונים וואס רעדן זיך איין אז מגייט עפעס באקומען פון די קאורט, אז אויב וואלט ארויסגעקומען די ווידיא פון די אפעלעט דיוויזשען וואלטן די אהרונים געווען פונקט אזוי "זיכער" אז מגייט געווינען. אסאך אהרונים זענען טאקע געווען "זיכער".
וואס קען מען טון, מעשה שטן הצליח, די שטן וויל זיכער מאכן מיט אלע כוחות אז די ספליט אין סאטמאר זאל בלייבן א פאקט אויף אייביג און פאר דעם נוצט ער די מסרבים לדין מיט געקאלערטע בעקיטשעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/11/2007 04:03 לינק ישיר 

מען זאל נאר נישט פארלירן די בית החיים
זייער מעגליך אז דאס גייט אויך זיין זאליס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/11/2007 05:29 לינק ישיר 

איינער קען מיר מסביר זיין וואס דער בהמה געדאנקען וויל דא?

אז אויב כאפט מען א פראסק - ווי אלע מעגליכקייטן זענען - זאל דער פאטש זיין שטערקער?

ווער געדענקט נאך זשוליאני'ס אשכול אז די ריכטער קענען געבן נאר צען סארט פסקים און לויט אלע צען קענען די ארונים נאר געווינען. ווער געדענקט נאך מיט וואספארא שטארקן פאטש דאס האט זיך אויסגעלאזט?

געדאנקען, איך בין דיך נישט מקנא נאכדעם וואס די פסק וועט ארויסקומען. דער גאנצער עולם וועט זיין שרעקליך אנגעווייטאגט, און ס'וועט זיין דיין שולד, פאר'ן אריינברענגען א נארישע זינלאזע אפטימיזם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/11/2007 06:13 לינק ישיר 

גוטזאגער, איך בין נישט שולדיג אז די ווילסט אראפ קלאפען די ארונים,

הכלל וויל איך נישט מיטשפילן מיט דיינע נארישע פסיכאלגיע!!.
 
איך האב נאר געשריבן מיין אנאליז אויפן הירונג, און איך האב גארנישט פרעדיקטעד, אז די האלסט אנדערש זיי מסביר, פארשטייט זיך אז די קעיס איז אסאך מער ווי די הירונג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/11/2007 07:33 לינק ישיר 

יעדער האט רעכט ארויסצוברענגן זיין אמת'דיגע מיינונג, און קיינער איז נישט באצווינגן דאס מקבל צו זיין,
די געדאנקען פון געדאנקען זענען מסתבר על הדעת אבער נישט על הלב, עס לאזט זיך שווער גלייבן אז דאס רעדל קען זיך נאך אזא דריי געבן, נאך אזויפיל יאהר, עס איז נישט כדאי זיך צו בארגן געלט אויפן חשבון אז מען געט געווינען אבער די שאנסן זעהן אויס גאנץ שטארק אז דאס געריכט זאל זיך יא אריינמושן, וואס דאמאלס איז דא גענוג אופנים צו געווינען גענצליך,
מיט איין געדאנק בין איך אבער מחולק מיט געדאנקן,
אויב ווערט עס צוריק געשיקט קיין ברוקלין פאר א טרייעל איז דאס א מים שאין להם סוף, דער בית יואל קעיס איז שוין אין געריכט זינט תש"נ וואס איז 18 יאר און עס איז נאך אלס נישטא קיין פסק, אויב דער שטאטוס-קווא קהלה בלייבט אין אמט ביזן סוף פונעם טרייעל וועלן אונזערע אייניקלעך זיך מוזן שלאגן אויף דעם,

דער בית החיים קעיס ווי ווייט מען זעהט אויפן ווידיא האבן מיר אויך גאנץ גוטע שאנסן צו בלייבן האלב אויף האלב, אבער באראש קעיס קוקט אויס שטארק אז עס קען נישט אויסהאלטן,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/11/2007 20:42 לינק ישיר 

צומאל איז דער ריכטיגע געווינס צווישן די שורה פון א פארלוסט.

לאמיר נישט פארגעסען, די ארוינים האבן א דאך איבערן קאפ, זיי זענען נישט קיין רחמנות. ס'איז דא זייטיגע ענינים וואס די ארונים ברויכן זיך פארזיכערען, ווי למשל אז יעדער מעמבער געניסט גלייכבארעכטיגטע צוטריט צום בית עלמין, ועוד.

און דעם הינזיכט קען א פארלויסט באמת באדייטן א געווינס, וד"ל.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2007 02:23 לינק ישיר 

AVRAGE
דו רעדסט נישט צי דער זאך


ווער רעדט דא פון רחמנות. מ'רעדט פון גניבה וגזילה. וועט דען איינער זאגן אז דער וואס רויבט אוועק א ביליאן דאלאר פון ביל געיטס איז נישט מחויב צו באצאלן, ווייל געיטס האט נאך אסאך געלט.

די גנבים האבן אוועקגערויבט אונזערע נכסים, מיט רשעות און רציחה, מיט'ן זיגל פון זייערע פעיראלל דיינים, מקבלי שוחד.

דאס האט איין לעזונג:
והשיב את הגזילה.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אלבעני הירונג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.