הרמב"ם בפ"א מהל' כלי המקדש הל' ג' המור [שנותנין בשמן המשחה] הוא הדם הצרור בחיה שבהודו הידוע לכל משתבשמין בה בני אדם בכל מקום,
והשיג עליו הראב"ד א"א אין דעתי מקבלת שיכנסו במעשה הקדש דם שום חיה בעולם כל שכן דם חיה היה טמאה וכו' עכ"ל,
וכתב שם הכסף משנה יש לומר שכיון שנשתנה מצורת דם ונעשה כעפר בעלמא והוא בֹּשֶם מריח ריח טוב ביותר למה יגרע.
תוקן על ידי aaatozzz ב- 18/11/2007 2:43:40
נשלח ב-3/12/2007 07:30
ידידיי היקרים. איך וויל נישט אריינגיין בפרטי הדברים מחמת כמה טעמים . ועוד חזון למועד
אבער דער פשוטער אמת איז און אויך איז דאס דער דעת תורה פון אלע רבנים וואס זיי שטאמען פון דורות רבנים און האבען א נארמאלען שכל הישר (פינפטער שו"ע)
וויא אויך איז דאס געווען די דעת תורה פון די פריערדיגע גדולים וואס האבען געוואינט דאהי פונקט אזוי וויא עס שרייבט דער שרייבער החביב והנחמד לפקוח עיני העיוורים במחנה העברים המכנה עצמו בשמו "אאאתזזז" AAATOZZZ ועיין גם בערוך השלחן הלכות תולעים יו"ד סימן פ"ד עיי"ש .
ובפירוש שמעתי מהגאון רבי חיים גאלדצווייג שליט"א מטשיקאגא. וועגן די תולעים אין וואסער וואס ער האט אליין געהערט מפי הגאון פוסק הדור ר"מ פיינשטיין ז"ל. אז מען האט אמאל גערעדט בביתו וועגען אז עס איז דא מענטשען וואס זעהן ווערעם אין די ניו יארקער וואסערן.. האט ער גענטפערט.אז דאס איז גארנישט מיט גארנישט . ער וויל נאר נישט שרייבען קיין תשובה להיתר ווייל ער וועט קיינמאל נישט פערטיג ווערן מיט די משוגעים. (היינו מיט די קריטיקערס) וואס זיי זוכען אלץ משוגע צו מאכען דעם עולם .
דאס ווייזט אז חוץ מאכען זיך וויכטיג און יענעם משוגע מאכען ליגט נאך אין דעם אויך רשעות וד"ל.
אלע יארן ביי מיעל מארט אפילו בימי רבינו הקדוש זי"ע מסאטמאר און היינט אויך ביי די געפילטע קרויט(וואס קרויט איז אלץ געווען מוחזק בתולעים) איז מען נאר בודק דריי קעפ וזהו.
אין אוצר החיים פון הייליגען צאנזער רב זי"ע שטייט אז ער האט מדקדק געווען אויף זיך צו טרינקען די וואסער דורך א שמאטע וועגען ווערעם . נו! וויאזוי האט ער געלאזט יעדען איינעם טרינקען אהן א שמאטע ביי זיין אייגען טיש. נאר פאר זיך האט ער מחמיר געווען? אלא מאי איז דאס געווען א מין ווערעם וואס ער האט געלאזט דעם עולם טרינקען אהן דורכזייען. נאר פאר זיך מעג ער דאך מחמיר זיין .
יעדער קען אליין א קוק געבען סיי אויף די ירקות (איך מיין נישט בראקלי אדער ספינאטש) און סיי אויף די וואסער . אז טאמער ער זעהט נישט מיט זיינע אויגען גארנישט. מעג ער עס רוהיג עסן אדער טרינקען. . דאס איז דאך ברור ויציב אז מיעוט בהמות און עופות זענען טריפה נאר וויבאלד רוב איז נישט טריפה. האט די תורה נישט מחייב געווען בודק צו זיין נאעך די י"ח טריפות חאטש עס איז זיכער פאקטיש אז מען אין מיעוט וועט מען טרעפען טריפות. אדרבה עס שטייט אין פתחי תשובה יו"ד סימן כ"ט .אז אפילו מען האט געטראפן נאכן עסן. אז עס איז געווען טריפה. דארף מען נישט קיין כפרה . ווייל די תורה האט נישט פארלאנגט מען זאל בודק זיין. .
און בכלל דאס וואס ער דער שרייבער הנ"ל האט געשריבען אין א אנדערן אשכול.א חקירה איז אויך אמת ויציב. ודי לחכימא ברמיזה
נשלח ב-2/12/2007 19:45
ועוד:
איך געדענק יארן צוריק איז געווען א בריוו אין "איד" פון איינעם קאהן א פאפ'ער חסיד, וואס האט געשריבען וועגען די פיץ פיצעלע ווערים אויף די סטראבעריס, אז ער האט געפרעגט ביי רבנים און זיי האבען איהם געזאגט אז דאס הייסט נישט קיין ווערים,
אויך האב איך געהערט פון זייער א חשוב'ן מורה הוראה די זעלבע זאך ביי א משפחה חתונה ווי ער איז געווען דער רב המכשיר,
נאר זייט דעמאלט איז דער עולם געווארען פרומער ? די גלייבסט דאס ?
_________________
נשלח ב-2/12/2007 19:41
אין ש"ע שטייט אז מען טאר נישט האלטען קיין שום זאך אין די הענט וואס שטערט כוונת התפלה,
אז די פארשטייסט נישט קיין חילוק צווישען קליינע ווערים און פיץ פיץ פיצעלעך וואס מען קען נישט זעהן אז דאס איז א ווארים, [והראיה אז 60 יאר האט עס קיינער נישט באמערקט], איז ווייל די דארפסט בעסער מכווין זיין ביי אתה חונן,
דאס אוועק מאכען דעם יאקער רב איז טיפיקל פאר די חדר פון די היפאקריטן - קנאים,
אויף שאלה א': אדרבה זאג מיר וואס פאר איסורים איז ארויס געקומען דא אין אמעריקא פון שנת תש"ה ביז תשל"ה זאג מיר איינץ?
דער גאנצער היייייימישער עולם האט פיין געגעסען די מיעל מארט פלייש, און נאר ר' שלום יהודה גראסס האט געהאקט און מען האט איהם ארויגעקאפעט פון סאטמאר,
אויף שאלה ב': דער דברי חיים איז נישט אן אפענער שו"ע, אויך אלעס פירסטו דיך ווי דער דברי חיים?
_________________
נשלח ב-2/12/2007 18:38
ר' איד
ווי שטייט אז מען טאר נישט האלטען א שווארצע קאץ ביי שמע קולנו??
וואס נאך ווילסטו זאל שטיין???
עס שטייט מפורש אז עס מוז נישט זיין קיין כזית, און אז א ברי' איז אסור.
דיין היתר איז א טיפיקעל נארישע עם הארצות. וד"ל.
לגבי די יאקער, טאמער ניצט ער דיין היתר, זאגט עס גענוג אויף דעם מענטש.
און לאמיר נישט פארפירען דעם שמועס לגבי דעם יאקער, וואס איז א חילוק?? אלע הכשרים כמעט דארפען א תיקון, בתוך שאר הכשרי ישראל.
אבער איך וויל די טשאלענדזען,
א. ווי ניצט מען דעם היתר פין מוטב שיהיו שוגגין?? און איך רעד א שאלה וואס רבנים אין די לעצטע צוויי הונדרעט יאר האבען מקיל געווען צוליב מוטב שיהיו שוגגין, הייב אהן ביים חתם סופר.
ב. פארוואס זאלען ווערעם זיין מותר ווייל זיי זענען זייער קליין? און שטייט נישט אין דברי חיים אז עס איז אסור?
נשלח ב-2/12/2007 09:19
וואס הייטס אבי גערעט?
זעה Journal of Halacha and Contemporary Society # XLIX pg. 34
מוטב שיהיו שוגגין איז א הלכה וואס רבנים קענען נוצן,
אז דו זאגסט אז עס שטייט מפורש אין שו"ע, וואו? אין הלכות תולעים סימן פ"ד אין יו"ד האב איך עס נישט געטראפען, ער זאל רעדען פון אזעלעכע וואס מען זעהט נישט, אין קלארע וואסער, אין א גלאז, נאר אז איינער ווייזט צו, און ערשט דעמאלץ דארף מען שטארק קוקן עס צו זעהן,
אסרן וואסער פון נוי יארק סיטי איז זייער זייער א ערענסטע פראבלעם, און ערענסטע רבנים דארפן דאס ערענסט באהאנדלען, און פראבירן צו טרעפן א היתר.
איך האלט די זאלסט שרייבען א ספר, פארשטייט זיך אויף די אידישע שפראך, אז די נשים צדקניות זאל עס אויך פארשטיין, א ספר הכללים של אנשי שלומינו, פרק ראשון: "כלל ישראל מאכט נישט קיין טעות" וכו',
what a joke
,
תוקן על ידי aaatozzz ב- 02/12/2007 9:28:11
נשלח ב-30/11/2007 22:12
א ביז תיו.
ווי איז דער שטודיע אז מען רעדט פין עצמות? עס האט פיסלעך, און די זאגסט אז עס עצמות.
אבי גערעדט.
פיץ פיצלעך ווערים איז נישט קיין שו"ע.
אין שו"ע שטייט בפירוש אז עס נישט דא קיין שיעור אויף א שרץ, נאר אויף א ברי' איז מען עובר אן איסור דאורייתא.
אמאליגע רבנים האבען אכט געגעבען נישט ארויס צו קומען מיט פסקים שווער צו מאכען אויף מענטשען, בפרט א איסור אויף די נו יארקער וואסער וואלטן רוב אלטע רבנים בשום אופן נישט מסכים געווען, [נישט יעדער קען האבען געפילטערטע וואסער, על כן איז דאס אן ענין פון פיקוח נפש], עס איז אויך דא אן ענין פון "מוטב" אויב דאס איז נישט אסור על פי תורה,וואס זאלען טועהן אידן וואס זיינען נישט אינדערהיים, אויף פארשידענע פלעצער ווי זיי קענען נישט קויפען קיין וואסער?
יא ווען מען דארף נישט ארבעטען פאר פרנסה פארשטייט מען נישט פארשידענע זאכען, אויך ווען מען קוקט נישט ארויס אויפ'ן ציבור פאר פרנסה ווייל מען האט פארמעגענס אסאך מער ווי רוב בעלי בתים קען מען זאגען וואס מען וויל, אפילו ווען עס איז אומ'אחריות'דיג,
צוריק צום יאקער רב, ער איז א תלמיד חכם מופלג, פון פריערדיקען דור, איך האב א מאל אפגציילט ביי זיינס א דרשה ווי ער האט נאך געזאגט 71 מאמרי חז"ל מיטן גאנצען לשון, מיטן פונקטליכן מראה מקום, אויך איז ער ירא וחרד, ווי האט מען די חוצפה צו זאגען אויף אזא איד דברי זלזול,
איך ווייס א מעשה פון איינע פון די פאלעסליכע רבנים המכשירים וואס האבען געקויפט א פעקס מאשין, דער סוחר האט מיר דעציילט אז דער חשוב'ער רב קען נישט איינשטעלען דעם מאשין, ער האט פארברענגט מיט איהם אויפן טעלעפאן אן א שיעור צייט און ער כאפט נאך אלץ נישט,
נו ! ווי קען אזא געשיקטער רב געבען הכשרים, ווען ער האט נישט קיין שום געפיל צו טעכניק? אבער ער דרש'נט און ווייזט ווי פרום ער איז און דאס גלייבט דער עולם,
נשלח ב-30/11/2007 06:20
א ביז תיו.
א נחת צו זעהן ווי די ברענגסט א גמרא אז צו זאגען אסור אדער מותר איז נישט פשוט, האסט געקענט ווייזען די ספרים שאנק, וואס דארף מען אלע ספרים אויב נישט מברר צו זיין הלכות??
לענין די עצם טענה וואס די זאגסט, האסטו א שטארקע פוינט, דאס הייסט, רבנים היינט האבען א טבע נישט צו זאגען דעם אמת פאר א שואל, זיי קענען זאגען אז א זאך אסור ווען איז באמת מותר, אדער פארקערט.
ושייטעל יוכיח, איז טאקע אן אמת'ר ראי', ווי גאנץ אסאך רבנים האבען נישט געהאלטען עס איז עבודה זרה, אבער האבען געקענט באשטיין אריין צו קאשען, און זאגען עס איז אסור דורך מחמיר זיין אויף יומען האר, און אזוי ארום אריין ברענגען מער די סינטעטישע האר צום עולם.
מען קען זיך מפלפל זיין אויף דעם, און טענה'ן לטובת די רבנים, אז בעצם זענען זיי גערעכט, ווייל די יומען האר שייטעל איז לדעתם אסור מחמת פריצות, נאר דער איסור הערט די עולם נישט צו, כאפען זיי זיך צום אנדערען איסור, און זאגען עבודה זרה, כולי האי ואולי.
אבער עס איז דא נאך זאכען, ווי צב"ש בורט קאנטראל, וואס די איסור כללי האט נישט קיין הענט און קיין פיס, און מען קען זעהן אז רבנים ביי א שיעור וועלען "קיינמאל" נישט זאגען די גדרים פין בורט קאנטראל הלכות ווען עס איז מותר אדער אסור, דאס איז א שאלה וואס זיי נעמען נאר אויף פריוואט, און דעמאלס זאלסטו נישט וואגען צו פרעגען מהיכן דנתני, ווייל זיי וועלען די אנקוקען ווי גרעסטע שייגאץ. פארוואס?? ווייל די איסור אין דעם איז נישט קלאר, (בעסער געזאגט - די איסור איז נישט), און אויב זיי וועלען מגלה זיין דעם גדרים וואס זיי ניצען, וועלען די ת"ח צווישען דער עולם שרייען געוואלד.
לדעתי זענען זיי מכשיל מענטשען, ווייל גענוג און נאך מענטשען וואס זענען געווענליך מדקדק בקלה וחמורה זענען זיך מקיל אין דעם ענין, און אפילו שלא כדין, ווייל זיי האבען מורא צו פרעגען, און ווייסען נישט וואס מעג און וואס מען טאר נישט. (ווי למשל וועלכע סארט בורט קאנטראל).
און עס איז דא נאך כמה דוגמאות אזעלכע.
אבער דיינע צוויי דוגמאות זענען נישט גערעכט.
פארוואס??
די זלטין, איז נישט נשתנה, אדרבה, זאג די, ווען גענוי איז געשעהן די שינוי??
שינוי מיינט אז די זאך איז געווארען כעפר בעלמא, אזוי ווי די אליינס האסט צו געוויזען א כסף משנה, דאס איז אבער פעטס ארויס גענומען פין ביינער פין חיות בהמות דגים, און עס איז געבליבען פעטס, ווי איז די שינוי?????
איין היתר האב איך געזעהן, היות עס האט נישט קיין טעם, אבער ששים ברויך מען דאך, און אין מבטלין איסור לכתחילה, וכו' וכו'.
איך ווייס נישט וואס דער יאקען באבעט דיך איין, אבער אפילו די סטאר קעי, איז נישט מתיר קיין זלטין.
וה"ה די Ou
http://www.oukosher.org/index.php/articles/single/5467/C396/
און יעצט לענין די וואסער ווערעם.
איך ווייס נישט וואס די ברענגסט פין רב בעלסקי, ווייל וואס איז א נפק"מ ווי עס ווערט באשאפען???
ביי וואסער איז נישטא קיין היתר פין לא פירש. (אין א כלי עכ"פ).
און די שטודיע וואס די ברענגסט, אדרבה ברענג א מקור, ווייל וואס איך ווייס איז אז אני הקטן ראיתי בעיני, לעבעדיגע ווערעם אין די וואסער, און טאמער קענען ביינער לעבען, זענען זיי ווערעם, און אסור עפ"י תורה.
די היתירים אויף די ווערעם אין די וואסער זענען "נישט" אזוי גוט, יעדער ווייסט דאס, עס איז אן אמת'ר אלטע מחלוקת, נאך פין די ווערעם אין די שטאט אומאן, כידוע די תשובת ד"ח וואס "אסר'ט" צו טרינקען, דארט איז אויך געוועהן מקילים.
איין זאך איז זיכער, אז לויטען ד"ח איז אסור די היינטיגע ווערעם, און ממילא, טאמער די ד"ח איז חשוב ביי דיר, דארף מען מחמיר זיין.
אויף ביטול, דאס הייסט בדיעבד נאך דעם וואס מען האט עס שוין אויסגעמישט, איז כמעט יעדער מקיל, ווייל די ביטול איז נאר מדרבנן (ברי'), אבער די ווערעם אליין, איז באמת באמת נישט כדאי מקיל צו זיין. און דאס איז נישט דא דערמאנטע קאנספקריענסי וואס איז פריער אדורך גרעדט.
נשלח ב-28/11/2007 22:15
וואס איך וויל איז אזוי, אויב נשתנה איז מותר איז וואס איז דער פארבלעם מיט "דשעלעטין" ? וואס איז געמאכט פון ביינער פון בעלי חיים,
די ווערים אין די וואסער קען מען טרעפען פארשידענע היתרים, איינץ ווייל זיי ווערען באשאפען אין די וואסער [ וואס דאס האלט הרב בעלסקי], אויך האב איך געזעהן א שטודיע אז די מיני וואסער ווערים האבען די עצמות פון דרויסען און די פלייש און איברים אינענוויניג, און וואס מען זעהט זיינען די עצמות וואס עס פעלט די איברים ווייל זיי ווערען אויסגעריסען פונעם וואסער פלוס,
ביי די סטראבעריס זיינען די ווערעם זייער זייער קליין, און רבנים האב שוין גקפסק'נט איבער די יארן אז דאס הייסט נישט קיין ווערים, איך האב עס אליין געהערט פאר 16 יאהר צוריק פון זייער א פרומען רב ביי א משפחה חתונה וואס מען דארט געגעבען סטרובעריס,
אבער היות היינט זיינען דא א זעלעכע וואס זוכן צו מאכן טראבעל, און קוועטשען די גרויסע רבנים און מאכען זיי פילן כאילו זיי זיינען קלים, און מען ערלעדיגט איסורים און חומרות וכו',
זעה די מעשה מיט די שייטלעך,
דו פרעגסט ווי דער יאקער רב האט געשריבען א תשובה, ראה זיינער שאלות ותשובות חוקי חיים 6 אדער 7 בענדער, איז ווער עס גייט נישט אויף דעם נייעם גאנג א קל ?
בימינו אלו וואלט מען ווען געזאגט אפילו אויפן חתם סופר ווען ער זאל לעבען אז ער איז רח"ל .....
_________________
נשלח ב-28/11/2007 21:03
ר' שלום שטוב
לאמיר מקדים זיין מיט א גמרא אין מס' כתובות ג' ע"א
אלא רבא דאמר אין אונס בגיטין אין לו ראיה ממשנה ולא ממימרא דאמורא, אלא סברא דנפשיה קאמר וזה שאומר ולענין גיטין אינו כן הוא משום גזירה משום צנועות ומשום פרוצות, משום צנועות דאי אמרת לא להוי גט באונס זימנין דלא אניס והוי גיטא וסברה דאניס פי' האשה תפחד מהפרומקייט שלה ותאמר דלמא אניס ואינו גט ותדאג להינשא ומיעגנא ויתבה,
ומשום פרוצות דהא בנשים כשרות אמרינן דייקא ומינסבא[ דאי אמרת לא ליהוי גיטא, זימנין דאניס הבעל, ועל פי דין אינו גט ואמרה לא אניס # לא שאמרה שקר גמור, אלא שהיה אונס גדול, והיא ממעטת את האונס וז"ל הריטב"א ולא ליקלקלן פרוצות כשיעמדו על קו הדין ולא נוכל למחות בידם ואזלא ומינסבא וכשיבא ויאמר נאנסתי ונמצא גט בטל ובניה מן האחרון ממזרים לפיכך אמרו יהא גט,
מען קען פון דעם זעהן אז עס איז נישט אזוי פשוט אסור מותר,
_________________
נשלח ב-28/11/2007 07:32
א ביז תיו.
גלייב מיר, קיינער ווייסט נישט גענוי וואס די ווילסט.
דאס איז א הלכה פסוקה, אז ווען א זאך ווערט נשתנה לגמרי, איז עס מותר, ממילא איז וואס?????
יעדער ווייסט דאס, עס איז באקאנט, תולעת שני, קאלירען וואס מען נישט היינט צו טאג, און ווייס איך אלץ וואס. אבער עס מיז האבען א שינוי גמור.
די ווערים אין וואסער, קענען אסאך מענטשען זעהן, און אסאך נישט, אשר על כן, וואס ווילט איר זאגען?? די אוסרים פין די ווערים אין וואסער, טענה'ן, אז די מתירים זענען מתיר על סמך דעם וואס מען קען נישט זעהן די ווערעם נאר לאור השמש אדער מיט א פארגרעסונג גלאז, אבער זאגען די אוסרים, אז די "מציאות" איז נישט אזוי, יעדער קען עס זעהן ווען מען וועט אים אנווייזען, (עפ"י רוב קענען עלטערע מענטשען נישט זעהן - אזוי איז מיר אויסגעקומען כמה פעמים, ווען איך האב געוויזען פאר עלטערע מענטשען די ווערעם, און זיי האבען געטענה'ט אז זיי זעהן גארנישט).
וואס ווילסטו זאגען גענוי?
וואס איך זאג וועגען יאקא רב, איז אמת ויציב, בחנם ווייסט יעדער קטן וקטנה אז זיין הכשר איז פויגעלדיג??? ווילסט זאגען אז ער איז גערעכט, נניח, אבער ווי זענען זיינע תשובות?? ער האט היתירים וואס אנדערע האבען נישט, דאס איז זיכער.
גלייב מיר, איך הייב נישט אהן צו וויסען וואס דיין ציל איז מיט דעם גאנצען אשכול.
נשלח ב-23/11/2007 05:11
rockland
כל הכבוד דער עולם איז שוין זאט פון די וואס געבן הכשריםאין וויסען נישט בחייכון וביומיכון
נשלח ב-22/11/2007 17:48
איך האב א פארשלאג פאר די אלע וואס עס איז זיי נישט גענוג א הלכה'דיגן הכשר נאר זיי ווילן זיין זיכער אז עס כשר במציאות,
אויב איר זיינט פארהייראט און איר האט פון צייט צו צייט שאלות אין "קאלירן" זאלט איר נישט חלילה פרעגען די רבנים וואס זיינען מקילים "קלים" וואס זיינען פוילע וכו', נאר גייט צו א רב וואס קען זיך אויס אין די קעמיסטרי און ער זאל מיט חכמה און קענטעניש אייך זאגען צו דאס איז טאקע כשר,
פארגעסט נישט דאס איז הארבע איסורים און די רבנים וואס ווייסען נישט וואס טוט זיך מיט זיי זיינען רח"ל מכשיל.........
_________________
נשלח ב-22/11/2007 17:02
עבד עברי - וואס קוועטשט דיך? אויף קלענערע און מער נארישע עוולות ווי שרצים וכדו' קערסטו איבער וועלטן, וואס שטערט דיך אזוי אז א רב זאגט ס'איז דא ווערים אין מאשרום? הא? וואס איז די אגענדא?
נשלח ב-22/11/2007 16:59
א חורבן מאכן די וואס זענען מאכיל כלל ישראל מיט מאכלות אסורות, סיי די סוחרים, און סיי די שוואכע רבנים מכשירים, וואס צוליב אפאר דאלאר מיט נאך אביסל פוילקייט וועט מען אנשטאפן אומשולדיגע אידן מיט טריפות, שרצים און דברים המפוקפקים, די מאכן א חורבן, נישט די חשוב'ע רבנים וואס טוען כסדר מעורר זיין אויף די שקאצערייען וואס מ'כאפט ליידער.
אפאר קלים וואס צו מאכן א לייכטן דאלאר גיבן זיי השגחות ווען זיי ווייסן נישט בחייכון וביומיכון אויף וועלכע וועלט זיי זענען, קיין ידיעות אין כשרות איז ביי זיי נישט דא, (אדער ווילן זיי נישט וויסן) און קיין יראת שמים רינט אויך נישט איבער פון זיי... וואויל פאר די רבנים וואס האלטן זיך שטארק, און זאגן דעם אמת'ן דבר ה' אן קיין פחד, און זענען מציל טויזנטער אידן פון כל מיני איסורים.