| נשלח ב-21/11/2007 04:20 |
|
| |
ברעקינג! אחים ראזענבערג מנדב פאנטאסטישע סכום!
טראץ די היינטיגע אנגעצויגענע מצב, איז יעצט געקומען די פריידיגע ידיעה אז הרבני הנגיד ר' יצחק ראזענבערג הי"ו ואחיו ר' אברהם יודא הי"ו האבן היינט מנדב געווען אלע סופלייס פארן ביהמ"ד החדש, והיכל התורה קהל יטב לב ד'סאטמאר אין בעיסוואטער.
מזל טוב פאר חסידי סאטמאר בעיסוואטער!!!
תשאות חן חן לו!!!
דער נייער ביהמ"ד, בויעט זיך אין פולן פארע, און די טעג ענדיגט מען ארויפציען די מעכיטגע שטולענע ביעמס, און מ'נעמט זיך תיכף צו די ציגל.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2007 19:38 |
|
| |
דאס הייסט נארמאל גענטפערט.
ארענדער, מעגסט זיך לערנען וויאזוי מען ענטפערט וואס מען פרעגט.(אויך ווען מען האלט/געהערט אנדערש)
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2007 19:31 |
|
| |
הערשעל טייערע, די פרעגסט זייער א קאמאן און אויפריכטיגע פראגע,
איך בין יעצט צו פארנומען צו אריינגיין און אלע איינצעלהייטן פון די פראגע איך האף שפעטער ביינאכט, אדער מארגן - טענקסגיווינג - צו פונקטליך מסביר וואס די מצב איבער די הייזער אין בעיסוואטער זענען.
דאס וועל איך דיר יא זאגן אין קורץ: די הייזער אין "בעיסוואטער" זענען סך ביליגער ווי די "דירות" אין ברוקלין.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2007 19:17 |
|
| |
האסט שלעכט געהערט.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2007 19:07 |
|
| |
וויפיל קאסט דארט א דירה?
איך האב געהערט אז דארט איז עס טייערער.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2007 18:59 |
|
| |
פונקט פארקערט. מענטשן ציען זיך אהין ווייל די ריעל עסטעיט איז דארט סאך ביליגער ווי ערגעץ אנדערש אין שטאט.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2007 18:43 |
|
| |
פארוואס אויפבויען א שטעטל וואס די ריעל עסטעיט איז פיל טייערער ווי אנדערע געגענטער, וואס מיינט אז עס גייט זיך נישט אויסשפרייטן?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2007 17:56 |
|
| |
עדעלמאן איז נאך אלס דער עיקר נדבן, די נדבות פון אחים ר"ב און B&H דעקן בלויז א טייל פון די ריזיגע קאסטן פינעם פראיעקט.
פאר די וואס האבן שוין געטין אין די ענינים ווייסן גוט אז אזא פראיעקט שלעפט אריין אסטראנימישע סומעס, פלענינג, דעמאלישן, עקסעוועישן, פאנדעשן, סטיל, דאס איז נאך פאר מ'לייגט דעם ערשטן ציגל, יעדע ריר קאסט צענדליגע טויזענטער דאלערס.
מיר זענען נאך אלס זייער אנגעוויזן פאר נדבות פון נדיבי לב.
איך האף אי"ה מארגן צו פארברייטערן דעם באריכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2007 17:41 |
|
| |
עס האט נישט אמאל געהייסען אז עדלמאן איז עס מנדב?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2007 17:36 |
|
| |
נאך דערפרישענעדע בעיסוואטער נייעס!
די בעלי בתים פון B&H פאוטא, האבן מנדב דעם גאנצן סענטעראל עירקאנדישן סיסטעם פארן ביהמ"ד!!
אי"ה מארגן וועל איך בלנ"ד ארויף לייגן בילדער פון די נייע ביהמ"ד, אויך בילדער פון פארשידענע הייזער (טייל נייע), און די גאסן אין די שכינות בעיסוואטער.
איך האף אויך צו האבן מער צייט צו געבן א לענגערע באריכט איבער די הערליכע ווידעראויפבלי פון בעיסוואטער.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2007 05:51 |
|
| |
ס'וואלט סתם אזוי געווען אינטערעסאנט צו הערן מער איבער די קהילת סאטמאר בעיסוואטער, וואס האט די לעצטע פאר חדשים אנגעפאנגען צו וואקסן ב"ה, מיט פרישע איינוואוינער וואס האבן אנגעפאנגען אריינצומופן, און דאסמאל וואקסט עס מיט'ן גאנצן שוואונג. מען בויט א מעכטיגן שול, וואס וועט זיין גרעסער ווי די סאטמארער שול אין בארא פארק, און אויך א מקוה טהרה, און בקרוב קומען מוסדות.
ס'איז גוט צו וויסן אז טראץ די ציפעס וואס אונז האב מיר געכאפט בויט זיך סאטמאר בליעה"ר מיט א שטארקן קראפט.
ילכו מחיל אל חיל.
כאפטס אריין א וואדקע
|
|
|
|
|