מעכטיגער וויזניצער שבת און בארא פארק
די בארא פארקער חסידישער עולם האט מיט געהאלטען א מעכטיגען ווארעמער חסידישער וויזניצער שבת די וואך ווען הגה"צ רבי מנחם מענדיל האגער וויזניצער רב שליט"א האט געפירט דעם שבת שבת אונעם גרויסען זאל בית אסתר ווי טויזענטער אידען האבן זיך באטייליגט ביי די תפילות און די באטע און שלש סעודות. מען האט געפיל דעם העכערקייט אין די לופט די ערנסקייט איז געווען אין לשער, ווען דער רב שליט"א האט געהויבען דעם ציבור ביי די ווארעמע באטע מיט די הערליכע באוויסטע וויזניצע ניגונים, און בפרט ביי די תורה ווען דער רב שליט"א האט אנגעפאנגען די תורה מיטן פארלערענען פארן ריזיקען ציבור די הייליגע תורות פון זיין הייליגען טאטע שליט"א דער וויזניצער רבי ה' יאריך ימיו ושנותיו, מיט אזא ברען און מיט אזא קאך. בארא פארק וועט נאך לאנג געדענקעם דעם שבת
מער פרטים וועל איך איבערלאזען פאר אנדערע
|
|