רבותי ווי איר זעט זענען דא ציגעקומען אפאר נייע זאלי ניקס, זאלט איר וויסן דאס איז נישט אזוי פשוט, ווי ערקלערט אין אנדערע אשכולות זענען די ראשי (רשעי) הזאליס היפש דערמאלאזירט, זיי זענען טאקע אויף דערווייל טאקע געבליבן מיט אונזערע בנינים אין וומס אין טאקע נאר מיט וומס, גארנישט עפעס מער, אין ערגעץ נישט, פאר זייער עולם גולם שרייען זיי טאקע מיט ריזיגע לאלעכער געווינען מען טיילט טשיס קעיק אין ראדני פאריגע וואך מיטוואך צופרי, אבער זיי אליינס ווייסן דעם ריינעם אמת, זיי האבן ב"ה קיין שליטה נישט אין ב"פ, אין ק"י, אין ביה"ח, וכו' , הודו לה' כי טוב , דער באשעפער זאל ווייטער העלפען.
אבער איין זאך דארף מען וויסן אין פסוק שטייט והרשעים כים נגרש השקט לא יכולו, במילא דארף מען זיין געפאסט אז זיי וועלן פראבירן צי גיין אין געריכט אין וועלן טרייען צי גנבענען וואס זיי קענען נאר, אבער מיטן באשעפערס הילף וועט עס זיי נישט געלונגען.
ועל של עתה באתי, גאר קראנט, די זאליס ווילן זייער וויסן וואס אינזערע פלענער זענען אויף ווייטער, אין איינע פון די עצות וואז זייערע חכמים זענען אפיר געקומען איז זיך צי נעמען פירקלען אויף הייד פארק, אין די וועלט אריין האפענדיג אז ארונים וואס ווייסן קראנטע אינפארמעשאן וועלן צירוק שרייבן עפעס סענסאטיווע אינפארמאציע וואס וועט אריינשפילן אין זייערע לאפעס,
זאל זיך קיינער נישט איינרעדען אדער לאכן אז "היידפארק" איז א קינדער שפיל, סתם נערישע יונגלעך, אין אז די רשעי הזאליס ליינען ניטאמאל היידפארק , ווייל ווער גדענקט דען נישט די זאלידאן סוטמאכע, ווען זייער העכסטער לויער סקאט מאלען האט זיך נישט געשעמט אין געלאפן אין געריכט מיט אויסצוגן פון היידפארק, אין לויט א יש אומרים האט דאס אפילו שאדן געמאכט, ע"כ אפיליר איך צום ברייטן ציבור
נישט אריינגעשלעפט ווערן פון זייערע דעמאגאגיעס, אין נישט צירוק שרייבן אינפארמאציע וואס זענען זאכליך וד"ל.
 |
|
|