| נשלח ב-28/11/2007 18:50 |
|
| |
בראדוועי בעקעריי - מצה גזולה?
זיצענדיג ביי א משפחה שמחה די וואך, הער איך ווי 2 פון מיינע קרובים וואס וואוינען אין לעיקוואד שמועסען איבער א גאנצע הלכה שאלה,
אינטערהערענדיג די געשפרעך הער איך ווי זיי רעדען פון די בראדוועי מצה בעקעריית צי ס'האט נישט קיין דין פון "מצה גזולה"
זיי האבען נאגעזאגט בשם איינע פון די ליטווישע גדולים פון לעיקוואד אז ער איז יעצט דן די נושא, אז היות די קאורט האט גע'פסק'ט אז זיי טארען זיך נישט מישען און סאטמאר האט נישט אויפגעגעבען זייערע רעכטען דערויף, ווערט עס אפשר (נאר "אפשר" ווייל אפשר זענען די זאלי'ס יא בעה"ב) גענוצט בגזילה,
אזוי ווי איך בין נישט קיין הלכה עקספערט וואלט איך געבעטען די וואס פארשטייען אביסעל צו הלכה אז מ'זאל דא דן זיין זי נושא.
איך וואלט געוואלט בעטן אז מ'זאל זיך האלטען צום הלכה חלק און נישט פארקריכען מיט פאליטיק
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2007 03:25 |
|
| |
איך פארשטיי נישט דער גאנצער נושא דא, די גאנצע סיכסוך איז דאך נאר ווער עס זאל באצאלן די בילס פין קהל, קיינער שלאגט זיך נישט אז דאס איז זיין פריוואטער אייגענטום, און וואס איז דאס א נפק"מ ווער עס שטייט ביים רעדזשיסטער און קאלעקט די געלט, דאס געלט גייט דאך ווייטער פאר קהל, צו קענען דעקן די לעקטער און אלע קהלישע אויסגאבעס וכדו'.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2007 21:55 |
|
| |
פארלעסליך שרייבט א קשיא וואס איז מרפסין איגרא:
"חוץ מזה פארשטיי איך נישט ווער האלט צוריק פון וועמען צו קויפען ווייטער מצות פון בראדוועי, אדער דאווענען ווייטער אין ראדני, אזוי ווי פילע ארונים דאווענען נאך היינט צוטאגס טאקע אין ראדני עכ"פ אינדערוואכען."
דהיינו, וואס איז א חילוק ווער עס זיצט אין קהל'ס אפיס, מ'האט פון דיר גארנישט גע'גנב'עט, קענסט וווייטער דאווענען און לערנען אין ביהמ"ד, קיין גניבא איז עס נישט, עפ"ל.
אזוי?
און ווי וועט זיין די דין אויב גיי איך אריין אין קראסנע תלמוד תורה, און איך פאריאג פון דארט אירע בעלי בתים פונעם אפיס, אבער איין מינוט, איך בין נישט קיין גנב, יעדער קען וווייטער שיקן לערנען זיינע קינדער אונעם אלטן קראסנע מוסד, מ'ווארפט קיינעם נישט ארויס (איך רעדט ווען מ'ווארפט קיינעם "נישט" ארויס)
בין איך א גנב אדער יא ???....
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2007 21:54 |
|
| |
עס איז אינגאנצען נישט קיין שאלה די קהילה געהערט נישט פאר די ראשי קהילה, זיי זענען נאר די אנפירער, די פאקט אז מען האט זיי ארויסגעווארפן אפילו "שלא ביושר" מאכט נאך נישט די מצות גזולה, זיי קענען שרייבן הונדערט בריוון עס איז נישט זייער, נאכמאל איר קענט האבן טענות אפילו "גערעכטע" אבער צו מאכן גזולה איז א ווייטער מרחק.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2007 21:44 |
|
| |
מיטן על אכילת מצה וואס איז די איינצסטע אכילה וואס איז אן ארייתא שפילט מען זיך נישט איבערהויפט ווען סאיז א קלארע גניבה
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2007 21:35 |
|
| |
זיכער מאכט דאס גרעסער די שאלה... אינטערסאנט אז דער דיין ר' שלום האט נישט אונטערגע'חתמ'ט, נאר די ראה"ק וסגניו.
אגב, לויט דעים איז די ווייסע שול אין מונרו נישט גע'גנב'ט פון די וואס האבן געצאלט געלט דערפאר?
חוץ מזה פארשטיי איך נישט ווער האלט צוריק פון וועמען צו קויפען ווייטער מצות פון בראדוועי, אדער דאווענען ווייטער אין ראדני, אזוי ווי פילע ארונים דאווענען נאך היינט צוטאגס טאקע אין ראדני עכ"פ אינדערוואכען.
אגב, געהערט בשם ר' בערל פר"מ, אז אזוי ווי די זאלוינם האבן דאך נישט קיין מענטשען דארף מען אנזאגען אלע אונזערע חסידים נישט אריינצוטרעטן אין זייערע בתי מדרשים - וואס זענען דאך נאר פול פון אונז - אזוי וועט עס ליידיג ווערן, וועלן זיי עס מוזען בע"כ צושפארען, וועלן מיר עס איבערנעמן... ודפח"ח, פה מפיק אבנים מקורזלות...
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2007 19:29 |
|
| |
אין בלאט איז געווען א בריוו פון די ראשי קהלה ווי זיי שרייבען אז זיי זענען נישט מוותר אויף די בעקעריי,
מאכט דאס גרעסער די שאלה?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2007 22:33 |
|
| |
סעדער
ס'קען זיין אז די ביסט גערעכט מיט דעם אז זייערע תפילות ווערן נישט נתקבל אין א ג'גנב'טע שול,
איך ווייס נישט, איך קען נישט די הלכה,
אבער...
1 - דעיס איז נישט די נושא יעצט (עפן א אנדערע אשכול וועגן דעים)
2- נישט דעיס איז די סעלאשען, (זאלען זיי באצאלען דערפאר)
3- וזה העיקר- דאס דאווענען אין א ג'גנב'טע שול, און ווי אויך
דאס צינדען חנוכה ליכט אין א ג'גנב'טע מנורה,
דאס וואוינען אין א ג'גנב'טע דירה
דאס ליינען די מגילה אין א ג'גנב'טע מגילה,
וכו' וכו' וכו'
איז א עבירות יחיד/יחידים וואס ווייסען אז זיי זענען גנבים, נאר זיי האבען זיך שוין גע'גט פון תורה ומצוות יארען צוריק,
די פראבלעם מיט די מצות איז אבער א פראבלעם פון אומשולדיגע אידען וואס קויפן מצות ביי די בראדוועי בעקעריי מיינענדיג אז זיי זענען מקיים מצוות מצה כהלכתה, אבער ליידער ווערן זיי נכשול אין געוואלדיגע איסורים
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2007 20:18 |
|
| |
סקאט,
אזעלעכע שטותים פאסט נישט פאר א קלוגען אדוואקאט,
זלמן לייב מעג באצאלען טויזענט מאל, (אפילו פון אייגן
און נישט קהלס געגנבעטע געלט) אויב ווערט די ווייץ אריין
געברענגט און "אונזער" בעקעריי און מען באקט די מצות
אין "אונזער" בעקעריי באלאנגט דאס פאר "אונז" און אויב
באצאלט מען נישט פאר "אונז" איז דאס מצה גזולה,
דאס איז זייער פשוט,
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2007 19:57 |
|
| |
סקאט ביזט נישט גערכעט ווייל די געלטער וואס זלמן לייב באצאלט פאר די ווייץ אין אנדערס איז פון קהלה געלטער במילא געהער דאס פאר די ארונים,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2007 19:32 |
|
| |
איך פארשטיי נישט, מצות איז דער פראבלעם. און אז די תפילות ווערן נישט נתקבל אין א געגאנוועטע שול און די תורה פון תשב"ר אין א געגאנוועטע בילדונג
דעריבער מיין איך אז עס איז דא אן עצה יעדער זאל בפה מלא זאגן, אז איך בין מוחל מיין חלק אין קהלישע נכסים כדי יודן תפילות און תורה און מצות זאל נתקבל ווערן!!!!
העכסטנעס קען מען ארויסזאגן צפעציפיש וועם מען איז נישט מוחל, ווייל ער איז א להכאיס ניק.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2007 19:18 |
|
| |
די רעצט נארישקייטן, אין מציאות איז די מעהל, וואסער און האלץ, באצאלט געווארן דורך זלמן לייב'ס מענטשן און זיי פארקויפן עס. אויב וואלטן זיי גענומען די זעלבע מאטריאל און געמאכט די מצות אין אנאנדערע בעקעריי וואלסט דאך מודה געווען אז ס'כשר וישר, די איינציגע פראבלעם איז דער בנין און דער אויוון ווי ס'פראדוצירט געווארן, וואס אויף דעם זאגט ר' משה זצ"ל אז בתנור גזול אין לחוש.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2007 19:02 |
|
| |
סקאט,
ביסט זייער א גיטער און געניטער לויער,
און אין סעקיולאר געזעצן וואלט איך זיך מיט דיר נישט
מתווכח געווען, אבער להלכה ווייסטו נישט בחייכון
וביומיכון, אז איינער נעמט מצות פון די בראדוועי
בעקעריי און באצאלט פאר דוד ראזענבערג איז דאס גנבה
(אדער ווי מאנכע ווילן זאגן ספק גנבה) דא איז נישט די
שאלה וועגן תנור אדער עצים, פשוט אין גראד די געלט
גייט צום נישט ריכטיגן בעל הבית איז דאס מצה גנובה,
ס'ווערט א הייסע דעבאטע ביי רבנים, נעכטן נאכט ביי די
שבע ברכות פון הרב בראדי שליט"א האבן מאנכע רבנים
ארום גערעדט וועגן דעם פראבלעם און דעת רוב רבנים
איז געווען אז ס'איז ערענסטע שאלה, און פאר די ערשטע
נאכט פסח כזיתים איז זיכער ראוי לחוש,
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2007 18:47 |
|
| |
נו, ר' משה זצ"ל פסק'נט דאך אז תנור גזול איז נישט קיין פראבלעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2007 18:41 |
|
| |
איך מיין טאקע מצוות אכילה
און צו דיר סקאטמאלען
די אויווענעס איז גזילה און ס'ווערט געבאקען אין א תנור גזילה
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2007 17:56 |
|
| |
די חתם סופר זאגט אז מצה איז די איינציגע מצות אכילה בזה"ז וואס איז א דאורייתא. ס'דא גאנצע פשעטליך דערויף וואס מ'קען זיך דינגען, אבער עכ"פ דאס זאגט דער חת"ס.
|
|
|
|
|