בית פורומים כל העולם כולו

כ"ק רבינו מהר"א מסאטמאר שבת וישב אין וויליאמסבורג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/11/2007 22:34 לינק ישיר 
כ"ק רבינו מהר"א מסאטמאר שבת וישב אין וויליאמסבורג

עס קומט יעצט די פרייליכע ידיעה אז כ"ק אדמו"ר הגה"ק מ'סאטמאר שליט"א וועט וויילן דעם קימענדיגן שב"ק פרשת וישב, כ"א כסליו, אונעם שטאט וויליאמסבורג,

רבינו שליט"א'ס קימען אויף שבת איז אין בעפארברייטונג צום גרויסן טאג כ"א כסליו, די טאג וועלעכע כ"ק רביה"ק זי"ע דער בעל דברי יואל איז אויסגעלייזט געווארן מיגי צלמות פון אינטער די נאצישע נעגל ימ"ש און אנגעפאנגן די ווידער-אויפבלי פונעם היינטיגען פרימען אידענטום אין אמעריקע און אויפדערוועלט,

ווי עס איז שוין אין די לעצטיגע צענדליגע יארן איינגעפירט, אז דער יערליכער דינער פאר די מוסדות פון די צענטראלע סאטמארע קהלה אין וויליאמסבורג קומט פאר אונעם זעלבן טאג, קאמבענירט מיטן סעודת הודאה לרגל יום הצלה והשיחרור,

היי יאר קוקט מען מער ארויס אויפן דינער וויבאלד עס איז דער ערשטער עמטליכער דינער פאר די מוסדות "ישיבה תורה ויראה דריבינו יואל מ'סאטמאר" זינט איר ווידער-עפענונג דאהי אין וויליאמסבורג,

די תפילות און טישן וועלן אי"ה פארקימען אין גרויסן סאטמאר'ן ביהמ"ד אין וויליאמסבורג,

תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 29/11/2007 2:02:21



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2007 22:43 לינק ישיר 

רבינו שליט"א גייט דעם שבת פירן די טיש, און ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג, און אזוי ווי אין קרית יואל וועט אויך דאהי רבינו שליט"א עסן צונאזאם מיט די בחורי הישיבות ד'סאטמאר וויליאמסבורג,

גלייך נאכן דאווענען וועט פארקימען א סדר הלימוד פאר די בחורים וואס עסן מיט רבינו שליט"א, דערנאך וועט רבינו שליט"א אריינקימען צום טיש, ווי די בחורים וועלן זיצן לענגאויס די טישן פון ביהמ"ד,

די בחורים וועלן נאך די פלייש איבערגעבן זייערע פלעצער פאר די בעלי בתים און אברכים, און די בחורים וועלן ארויפגיין אויף די פיל שטאקיגע פארענטשעס,

בו בזמן, בליל כ"א כסלו, וועט מען אפגעבן שירות ותשבחות אויפן גרויסן נס, און ווי אויך וועט רבינו שליט"א - ווי אלעמאל - זאגן תורה מעניני דיומא.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > כ"ק רבינו מהר"א מסאטמאר שבת וישב אין וויליאמסבורג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext