א שווערע קשיא!!! זאלונים, ולשמחה מה זו עושה???
נעכטן נאכט בין איך געווען אויף א חתונה אין וויליאמסבורג,
קומט צו צו מיר א באקאנטער רב פון בארא פארק, גראדע א קרוב מיינער,
א רב וואס איז נערץ ביים רוב הציבור, און פרעגט מיך אויב איך פאר אהיים קיין
בארא פארק, זאג איך עהם אז יא, פרעגט ער צו איך וואלט עהם אהיים
געטראגן, זאג איך עהם אוודאי, און ער קומט מיט מיר אהיים,איך האב ביז יעצט אלץ
געוויסט אז דער רב איז מער נוטה צו די זאלונים, כאטש איך האב עהם שוין געזען
ביי אונזערע מסיבות ווי אויך ביי די חתונה בבית רבינו שליט"א אבער פארט גייט אסאך
מער צו די זאליס, און האט אפילו א בחור אין קווינס,
געב איך עהם אזא זאג, נו, מוצאי שבת קומט איר אוודאי אריין צו "אייער" רבי צו
די סעודת הודאה, פרעגט ער מיך מיט א שמייכל ווער איז מיין רבי?,
זאג איך עהם, נו, דער קלענערער ברודער, זאגט ער מיר קודם כל ווער זאגט
אז ער איז מיין רבי?, פון ווי נעמסטו דאס?, ער איז אויסדריקלעך נישט מיין רבי!!!,
צווייטענס ער האט גארנישט מיט כ"א כסליו, און קומענדיגן מוצאי שבת כ"א כסליו גיי איך
אי"ה צום עלטערן ברודער, זאג איך עהם, ענטשולדיקט, אייער בחור לערנט אין קווינסער ישיבה
האב איך פארשטאנען אז ער איז אייער רבי, גיט ער א שמייכל און זאגט מיר,
נישט נאר איז ער נישט מיין רבי, נאר ער איז אפילו נישט מיין זוהנס רבי אויך נישט,
און טאקע דריבער שיק איך עהם קיין קווינס, פשוט ווייל איך וויל האבן מיין זוהן ביי מיר
אין בית המדרש, און אויב שיק איך עהם קיין קרית יואל ווערט ער גלייך א פייערדיגער
חסיד און איך קען פון עהם פארגעסן, ער וועט ביי יעדע געלעגענהייט פארן צו זיין
רבי, צו איז דאס ימים נוראים, ימים טובים, אדער סתם א שיינער שבת,
אבער ביי זלמן לייב פאסירט דאס נישט, ער האט מיט עהם קיין שום שייכות,
ער איז נאך ביי זיינע תפלות קיינמאל נישט געווען,
פרעג איך עהם, און וואס איז פשט "אז זלמן לייב האט מיט כ"א כסליו קיין שום שייכות"
ווערט דער רב שליט"א זייער ערענסט און ענטפערט מיר, זאג נאר ווייסטו וואס איז
בכלל די שמחה פון כ"א כסליו, פאקטיש האט מען דאך פארלוירן אלעס אין די קריג,
די משפחות, די הייזער, דעם גאנצן פארמעגן, אלעס אלעס האט מען פארלוירן,
מען איז געבליבן בעירום ובחוסר כל, נו, וואס טאנצט מען אזוי?
ולשמחה מה זו עושה???
נאר טאקע וועגן דעם, דער בורא כל עולמים ברוב רחמיו וחסדיו, כאטשיג ס'איז
ליידער געווען אזא ביטערע גזירה אויף כלל ישראל, האט ער זיך מרחם געווען
אויף אונזער דור און איבערגעלאזט אונזער גרויסן רבי זי"ע, און טראץ די אלע
פארלוסטן האט ער צוזאמען גענומען דעם שארית הפלטה די עצמות היבשות
און אויסגעשריגן בדם לבבו, רבותי, מי לה' אלי, מיר האבן טאקע אלעס פארלוירן
אבער דעם רבונו של עולם האבן מיר נישט פארלוירן, און נאר בכוחו של אותו
זקן האט ער צוזאמען גענומען כלל ישראל און אנגעהויבן ווידער אמאל אויפבויען
א דור מיט מוסדות התורה, א דור שומרי תורה ומצות בלי שום פשרות,
א דור וואס האט אויסגעשריגן אז כבוד שמו יתברך איז פיל מער פון בנינים
און פארמעגן, א דור וואס האט זיך מחזק געווען מיט די תורה הקדושה,
איי די בנינים?, די בנינים האט מען פון דאסניי געבויט, און דעריבער טאנצט מען מיט שמחה
חסדי השם כי לא תמנו, אזוי ווי רשי"הקדוש טייטשט, חסדי השם אז "מיר" האבן
זיך נישט גענדיגט, אז "מיר" זענען געבליבן,
און דאס איז די שמחה הכללית פון כ"א כסליו, נישט ווייל דער רבי איז בפרטיות ניצול געווארן,
ווייל אויב יא, וואלט מען היינט צוטאג לאחר פטירתו של רבינו הקדוש והטהור זי"ע
שוין נישט געדארפט טאנצן, דער רבי איז דאך שוין נישטא, אבער די שמחה איז אז כלל
ישראל איז ניצול געווארן, און כלל ישראל איז דאך דא לעד ולנצח נצחים, און דאס איז נאר א דאנק
דעם גרויסן טאג כ"א כסליו, און די הצלה פון אונזער גרויסן רבי,
יעצט, די אלע קעגנער פון רבי אהרן, שרייען אז זיי דארפן נישט קיין רבי, זיי אינטרעסירט
נישט קיין דרשות, קיין תורות, זיי דארפן נאר בנינים, און עפעס אנדערשט אינטרעסירט זיי
נישט, נו זאג דו אליין, "לשמחה מה זו עושה???, וואס פרייען זיי זיך מיט כ"א כסליו,
אלע בנינים זענען דאך פארלוירן געווארן, נו, איז דאך לויט זיי בכלל נישט געווען קיין
הצלה, דריבער האב איך געזאגט אז "ער האט מיט כ"א כסליו גארנישט",
און איך האב דאס זייער ערענסט געמיינט, ס'איז נישט געווען סתם א פליטת הפה.
 |
|
|