| נשלח ב-2/12/2007 08:49 |
|
| |
האדמו"ר מסאמאר: בעט אויף סייעתא דשמיא אויף נייע שחיטה פאר גסות
סאטמארער רבי שליט"א האט במעמד רבבות מישראל, געלאזט מעלדן אז מיט די גוטהייסונג פון גדולי הרבנים הייבט ער בעזהשי"ת אן מיט א פראיעקט פאר שחיטה פאר גסות, בתכלית הכשרות, און געבעטן דעם עולם מתפלל זיין אויף הצלחה
אויך האט ער געמאלדן איבער די נייע תקנה צו אלע מחותנים וואס מאכן חתונה בשטומ"צ, צו בענטשן נישט שפעטער ווי 11 שארף, כדי אלע מסובים און קרובים זאלן דעם אנדערן טאג קענען לערנען פארטאגס, ותמידים כסדרם.
_________________
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 02/12/2007 9:11:28
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2007 00:11 |
|
| |
יענער וויץ,
א זאלי פארציילט מיר אז זלמן לייב זאגט אז די טעקסאס פלייש טויג נישט ווייל ס'פיל מיט גלוטין, פרעג איך איהם ביסט משוגע? גלוטין און פלייש? זאגט ער מיר, ער ווייסט אויך נישט פונקטליך, אבער ס'אזאך וואס מ'האט נישט געזעהן ביי אונזערע זיידעס, ממילא חדש אסור מן התורה, איך האלט ער האט א שטארקע פוינט.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2007 23:56 |
|
| |
ווייסט איינער אויב און טעקסעס רעגנט ...
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2007 03:53 |
|
| |
ר' זלמן לייב זאגט אז ער וועט קער נעמען פון די גשמיות חלק, ער וועט טעסטן די פלייש און זאגן ווי גוט די שטיקל פלייש איז אין מויל,
און זיין ברודער זאל קער נעמען פון די רוחניות חלק...
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2007 21:01 |
|
| |
סקאט דריי נישט קיין קאפ, ווער דארף דא משקיע זיין מיליאנען?
עס איז א מיעל מארט פראיעקט, מיעל מארט וועט מאכן די מיליאנען
עס וועט נאר קאסטן פאר קהל יטב לב בוטשערס עקסטער געלט, ד.ה. אלע בוטשערס (קרית יואל, וויליאמסבורג, בארא פארק פלעטבוש) אינאיינעם וועלן האבן א פרישן בודזשעט פון בערך הונדערט טויזנט דאלאר א יאר, פאר אן אייגענעם משגיח תמידי אויפן פלאץ (לויט ווי איך הער אז דער רבי וויל איינפירן)
די אנדערע זאכן איז נישט קיין פרישע הוצאות. אויב דער מנקר וועט דארפן ארויסקראצן נאך א שטיקל פעט, וועט דאס קאסטן עקסטער? אויב דער שוחט וועט דארפן נאך א פאר מאל בודק זיין דעם חלף, וועט עס קאסטן עקסטער? אויב מען וועט אין דעם בית השחיטה נישט נעמען נאר גלאט גלאט בהמות, און די נישט קאמפליט גלאטע וועלן בלייבן פארן גויאישן שלאכט הויז, וועט דאס קאסטן מער?
פארגעסטס נישט, ער גייט נישט אויפבויען קיין אייגענעם בית השחיטה דא. מיעל מארט וועט דעדיקעיטן איינע פון די שלאכט הייזער וואו זיי שעכטן פאר די נייע סאטמארער שחיטה
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2007 20:56 |
|
| |
איך הער זאג אז מ'האט שוין אין די לעצטע פאזעס פון די שחיטה אין טעקסאס.
פון איין מקור הער איך אז אי"ה אויף דעם קומענדיגן יום טוב פסח, וועט מען שוין קענען קויפן פלייש פון "סאטמאר המהודר".
דאס וועט האפטענליך זיין א ריכטער קרבן פסח, מיט די גרעסטע הידורים על אדמת אמעריקא.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2007 19:55 |
|
| |
פון איבעראל הערט מען אזעלכע גריסן איבער דעם נייעם פראיעקט, אזש עס גלייבט זיך נישט אין וועלכע וועלט מיר לעבן.
איך האב געהערט נאכזאגן פון געוויסענע עקסטרעמע מענטשן און רבנים וואס האבן שוין נישט פארזוכט קיין שטיקל בהמה פלייש די לעצטע 25 יאר, אז פון די נייע שחיטה וועלן זיי אי"ה עסן.
איך גלייב נישט אז דער רבי האט עס געמאכט דירעקט פאר די אידן, אבער ס'איז זיכער א גוטע זאך אז יעדער איינער, זאל קענען זיין רואיג אז וואס ער עסט איז כשר למהדרין מן המהדרין בלי שום פקפוק כלשהו.
דער תירוץ אז ס'איז גוט געווען אמאל, איז א "פוילער" "סטאטוס-קווא" תירוץ.
וויפיל זאכן איז געווען די לעצטע פאר יאר מיט די פלייש, וויפיל זאכן האט מען געהערט וואס האבן אוחיפגעטרייסעלט יעדן רעכט דענקיגן מענטש.
עס איז קלאר אז א תיקון גדול איז א געוואונטשענע זאך - עס איז נאר אינרעסאנט וויאזוי דער "סטאטוסקווא" רבי וועט רעאגירן דערצו.
סטאטוסקווא רעבע מייין איך, וואס איז קעגן אריזאנא ווייץ, קעגן קרית יואל שחיטה, קעגן נייע הידורים אין גסות, און קעגן מהדר זיין ביי א מקוה טהרה... מיט דעם "NO CHANGE" צוגאנג, נוסח שטאטטוסקווא של השופט באראש.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/12/2007 21:00 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | וואס אפי יעדער זאל זיך דארט אויסליידיגן זייער באנק
אקאונטס וועלן זיי זיין אינטערשעליג מיט מיליאנען דאלארן פאר זייער קהלה
און מוסדות, אדאנק די נארוואס פארלוירענע קארט, אן דא האט דער רבי נישט
קיין אנדערע דאגות נאר פון עפענען א בקר שחיטה פאר מיליאנען,.
|
|
סקאט במחילת כבודך אבער דו רעדטס ווי א קינד ווען זייער בית השחיטה פון גסות וועט זיך אויף ארבעטען וועט דאך דאס זיין א גרויסע אינקאם פאר זייער מוסדות דאס איז פשוט און פראסט א נייע אינוועסמענט פאר זייערע מוסדות
|
|
|
|
| נשלח ב-3/12/2007 20:48 |
|
| |
סקאט איך האב ערווארט א בעסערן אלא מאי
זעט אויס אז זייט מען האט דיר נישט באצאלט ביזטו צומישט! אז עס פעלט אין די מאה פעלט אין די דעה!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/12/2007 20:09 |
|
| |
אלא מאי, איך שטעל מיך פאר אז די אהרויניס האבן זיך געביסן די נעגל, ווי זייער רבי רעדט ביי זייער נייער מוסדות דינער, וואס אפי יעדער זאל זיך דארט אויסליידיגן זייער באנק אקאונטס וועלן זיי זיין אינטערשעליג מיט מיליאנען דאלארן פאר זייער קהלה און מוסדות, אדאנק די נארוואס פארלוירענע קארט, אן דא האט דער רבי נישט קיין אנדערע דאגות נאר פון עפענען א בקר שחיטה פאר מיליאנען, וואס ווער ס'וויל דוקא מחמיר זיין קען זיך באגיין אן בהמה פלייש. די טיימינג איז זייער שלעכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/12/2007 19:53 |
|
| |
סקאט נו פיר אויס אלא מאי
|
|
|
|
| נשלח ב-3/12/2007 19:48 |
|
| |
סקאט די רעדסט שוין טאקע ווי דער גוי נאך די רופסט דיך , אמת מען קען זיך באגיין אהן דעם וואס זאל מען אז רוב רובו 99% פונ'ם עולם עסט יא חאטשיק זאלן זיי עסן 100% כשר מיט אלע חומרות אויס געהאלטן , צווייטנ'ס יו''ט איז דאך זיכער א מצוה צועסן בקר .
|
|
|
|
| נשלח ב-3/12/2007 18:30 |
|
| |
איך פארשטיי נישט וואס דארף מען זיך אזוי צורייסן און מוסר נפש פאר חומרות פון בהמה פלייש, קען מען נישט לעבן אן דעם?
בשלמא אריזאנע ווייץ, איז דאך א מצוה, אבער צו עסן סטעיק? מ'קען זיין געזונט און שטארק און יוצא זיין אלע מצוות, אן עסן צינג, ראוסט ביף און פיסטראמי.
די אלע זאכן זענען דאך בלויז חומרות, מעגליך ערענסטע חומרות, נו, אויב איינער וויל טאקע זיי א מחמיר זאל ער נאר עסן טשיקן און טורקי. דאס האבן אלעמאל געטאן די מחמירים.
פארוואס פונקט יעצט שווענדן מיליאנען פאר סטעיק, ווען דו ביסט אזוי ביהיינד און געשטיקט מיט בנינים פאר דיינע מוסדות אין וומ"ס. פונקט נאכן פארלירן די קארט.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/12/2007 17:52 |
|
| |
משמועסט אז לישע האט געהייסן פאר רעב לוזער צו רעדן וועגן 'די שחיטה', אבער דער חכם האט נישט געכאפט וואס מוויל און גענומען רעדן פון בהמות שחיטה...
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2007 22:40 |
|
| |
די זאליס שרייען דאך אז זיי זענען די רוב רובם פון סאטמאר...
אלזא וואס באדערט דיך אז א "קומץ קטן" דרייט אן מיט'ן פלייש...
אויב איר זענט דער רוב, לאכט זיך אויך, נישט מאכן א וועזען דערפון
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2007 22:31 |
|
| |
רבי יונה A1
|
|
|
|
|