בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

כ"א כסלו: אי לאו האי יומא...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/12/2007 01:59 לינק ישיר 
כ"א כסלו: אי לאו האי יומא...

אין די טעג רעדט מען גאר שטארק ארום אין פילע חדרים פון דעם גרויסן נס וואס דער בורא ב"ה האט געטוהן מיט כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר זי"ע ווען ער איז ארויסגעראטעוועט געווארן דורך וואונדערליכע וועגן ממות לחיים, און מען פארגעסט נישט צוצולייגן אז ווען נישט אז ער איז געראטעוועט געווארן וואלט אמעריקע געווען דאס וואס עס איז געווען פארן קריג ווען זייער פילע אידן זענען ליידער אפגעפארן און אינגאנצן אראפגעווארפן דאס אידישקייט ווען זיי האבן באטראטן דאס לאנד אמעריקע, און פון הימל האט מען אונז אראפגעשיקט דעם איד וואס מיט זיין גרויס צדקות און גאר הימלישע כוחות האט ער אויפגעשטעלט דאס אידישקייט אין דעם מדבר שממה.

איך וועל לאזן דעם עולם זאל דערציילן מיט וויפיל ער האט צוגעגעבן און אויב אן אים וואלט טאקע נישט געווען קיין אידן אין אמעריקע, און וועל בלויז צולייגן א ווארט וואס איך האב געהערט נאכזאגן בשם דעם בארימטן וויצלער און געשמאקער פארברענגער הרב אשר כ"ץ נ"י וואס האט געזאגט אזוי:

אי לאו האי יומא, ווען נישט דער טאג כ"א כסלו, כמה פאפא'נע איכא בשוקא, וויפיל פאפא'נע וואלטן געווען אין גאס, און אנשטאט מען זאל טראגן דעם נאמען 'סאטמארער' וואלט מען געווען א חסיד פון א צווייטן רבי אדער אדמו"ר. ודפח"ח.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2007 03:56 לינק ישיר 

צו ס'נישט געווען קיין צדיקים אויפן וועלט אויסער ער, און צו ער איז טאקע געווען דער רשכבה''ג, אדער גאר נישט! דאס לאז איך אויכעט פאר אנדערע..
אבער איין זאך נאר.
די טאג וואס מ'האט אויפגענומען ר' אהרן אויפן מאכט, דעמאלטס איז ריכטיג געווען די יום הצלה פון סאטמאר, וואס ווען נישט עהם, וואלט סאטמאר געווען איינגעוויקעלט אין די היסטאריע ביכער פון די כ' און ל' יארן, און נישט פון פארדעם און נישט פון נאכדעם..
ס'וואלט געווען א פארגאנגענהייט. און ברוך השם אשר הישאיר לנו גואל




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2007 13:37 לינק ישיר 

My grandfather's had nothing to with satmer does that mean that i am not jewish ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2007 16:42 לינק ישיר 

פונקט פארקערט, אלע צדיקי הדור זענען אנטלאפן פון וויליאמסבורג, נישט צו האבען שייכות מיטן שיטת הקנאות, נאר אויפציען די דורות מיטן אמאליגער מסורה און חסידות, אהנע פרישע קאפוויי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > כ"א כסלו: אי לאו האי יומא...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext