האטווייער, עס איז א שאד זיך אריינצולאזן אין דעם פלפול, וואס דו קענסט טרעפן מער ווי גענוג הוכחות פון פוסקים, ראיות און שיטות אז עס מוז נישט זיין למטה מעשרה טפחים. עס איז אפילו דא איין ענין עס זאל זיין דוקא למעלה מעשרה טפחים, צווישן צען און אכצן טפחים, עיין בהפוסקים, שולחן ערוך, באר היטב ומשנה ברורה.
די הויפט זאך דא איז וואס מען דרייט א קאפ דא און מען כאפט זיך נישט אז דער עיקר איז אז דער "ירך המנורה" זאל ליגן למטה מעשרה טפחים. אויב נישט, צינדן רוב רבי'ס נישט למטה מעשרה טפחים, חוץ די רביס וואס האבן די אנדערע סארט מנורות אן קיין רערן, נאר מיט א זילבערנע וואנט.
עס שטייט אין איינע פון די פוסקים (איך געדענק נישט כעת דעם נאמען) אז די מנורה זאל שטיין צווישן 7 און 10 טפחים. עס זאל נישט זיין נידעריגער פון 7. נו, לויט דעם קומט כמעט נישט אויס מען זאל צינדן אונטער צען? אלא מאי, מען רעדט פונעם ירך המנורה, ודי בזה.
|
|