בית פורומים כל העולם כולו

אנאליז איבער די סאטמארע מחלוקה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/12/2007 22:16 לינק ישיר 
אנאליז איבער די סאטמארע מחלוקה

 (איך האב געשריבן א לאנגע אנאליז אין אנאנדערן פורום איבער ווער איז דער שולדיגער אז די סאטמארער סיכסוך איז נישט אנגעקומען לדי"ת, איך געב רעכט פאר אנשי אהרן, איך מיין עטס וועטס הנאה האבן און מסכים זיין)

איך שרייב:

אויב איך מעג אריינווארפן מיינע 2 צענט און פושקע ביטע, שכוח.

איך האלט די
זאלויניס זענען אינגאנצן שולדיג אז די סאטמארע קעיס איז נישט אנגעקומען צו די"ת, זיי זענען שולדיג און די שרעקליכע חילול השם מסוף העולם ועד סופו.

איך וועל מסביר זיין פארוואס,

(די אלע זאכן נעם איך פון דער איד, דער בלאט, און גרינטלעך דורכליינען אסאך די"ת און קארט פאפירן),

איך האלט אז די אלע טענות ומענות ווער ס'דארף אלס אונטערשרייבן, וואסערע נכסים מ'האט א זכות צו אריינברענגען און די תביעה, צו מאנרא, צו UTA, וכדומה די אלע טענות, איז נישט דא אויף היידפארק אדער אין פאשעקווילן דאס ארט צו אויסליפטערן, אילו זכינו וואלטן די אלע טענות פארגעלייגט געווארן פאר א בי"ד כשר ומרוצה אדער זבל"א, אזוי ווי ביי באבוב, קראסנא, קלויזנבורג, וכדומה, און זיי זאלן דן זיין ע"פ דת תורתינו הקדושה די אלע טענות, ויקוב ההר את הדין.

די פראבלעם איז אבער געווען אז די זאלויניס, מיטן הילף פון זייער טוען שמואל פריעד, זענען געקומען מיט אן אויסטרעף פון די ערשטע מינוט אז זיי זענען שונה מכל עם, זיי זענען פטור פון זיך שטעלן צו א קאווענשענל דין תורה, פאר 2 סיבות, איינס ווייל די רבי איז בעה"ב, ממילא איז לפי שיטתם שוין אזוי ווי דער פסק דין איז לאנג נגמר געווארן, ווייל דער רבי האט געפסקנט אז בערל פר"מ איז ארויסגעווארפן, ממילא איז נישטא צו וואס צו גיין צו די"ת.

דער 2'טער סיבה איז ווייל סתם דייני דעלמא פארשטייען נישט זייער תהלוכות הקהלה און נאר דער דיין רב פרידמאן מעג פסקנ'ן.

דאס האט פריד קלאר געשריבן גאנץ אנהויב ווען די אהרויניס האבן תובע געווען צו די"ת, אויך האט איינער שאול פערלשטיין געשריבן די זעלבע און צוויי בריוון, אז זיי האבן די זכות נאר צו גיין צו זייערע דיינים.

יעצט אזוי, אויף די טענה אז דער רבי איז בעה"ב און ער האט דאס לעצטע ווארט, וואס איך האלט אז זיי זענען כשר גערעכט מיט דעם, האלט איך אבער אז דאס געבט נאך נישט קיין שום תירוץ נישט צו גיין קיין בי"ד מרוצה אדער זבל"א, ווייל אויב דער בי"ד וועט פסק'נען ע"פ תורה, וועלן זיי דאך זיכער מברר זיין דעם רצון פון רבי'ן, און איך בין זיכער אז ערגעץ און חושן משפט שטייט דאס אז דער רבי האט דער לעצטער ווארט, אנדערש איז דאך דאס נישט קיין תורה'דיגער טענה, ממילא וועלן זיי זיכער אזוי פסק'נען.

וואס דען, ווי באקאנט איז דאס נישט געווען די ריכטיגער חילוקי דעות, צו דער איז בעה"ב צו נישט, די ריכטיגע חילוקי דעות איז געווען וואס דער אמת'ער רצון פון די רבי איז געווען, און די זאליס האבן נישט געוואלט זיך אריינלאזן און דעם פלאנטער.

כאטשיג אין קארט זענען די אהרויניס יא געקומען מיט די טענה אז דער רבי איז נישט בעה"ב, איז דאס נישט געווען זייערע ריכטיגע טענה, זיי האבן עס נאר געטענה'ט ווייל זייערע לויערס האבן געהאלטן אז ס'איז זייער בעסטע טענה צו געווינען, אזוי ווי ביי די אדאר קעיס מיט בראך, האט אויך עפעס א נונטער גבאי גע'טענהט אין קארט אז די רבי איז נאר אן ארבייטער, איז ער דען ארבייטער? נאר אז די לויער זאגט אז דאס איז א גוטע טענה, טענה'ט מען דאס.

און אפי' אינדרויסן פון קאורט האבן די אהרויניס זיך געשפירט זייער אומאיינגענעם צו טענה'ן אז די רבי ווערט פארפירט פון די גבאים, ווייל דאס האט בע"כ ארויפגעברענגט די מענטעל מצב הבריאות פון די רבי, און דאס איז זייער א מיאוסער און אומאיינגענעמער ענין וואס מאכט זיי אויסקוקן זייער מיאוס, און אפי' די געציילטע מאל וואס זיי האבן עס יא געטאן אזוי ווי די פעמילי קעיס און די פארמעסי פעפערס, האט מען זיי אזוי באוואשן דערפאר די זאלויניס האבן איבערגעדרייט די וועלט דערפאר אז זיי האבן שוין נישט געהאט די אפעטיט צו רעדן שערפין. זיי זענען געווען between a rock and a hard place, פון איין זייט האלטן זיי קלאר אז די רבי ווערט פארפירט מ'ניצט אויס זיין שוואכע  מצב, און פין די אנדערע זייט קענען זיי נישט רעדן דערפין. די אהרוניס האלטן אז ביי א בי"ד מרוצה, וואלטן זיי ווען געקענט זיך אויסרעדן די אלע זאכן און אזוי וואלטן זיי געוואנען. 

אויף די 2טע טענה אז נאר די סאטמארע דיינים זענען מוכשר צו דן זיי די סיכסוך, איז לעולם די זעלבע ווי די ערשטע טענה, ווייל למעשה האבן דאך דיינים שוין אראפגעריסן די אהרויניס און א קול קורא, אז זיי זענען קשר בוגדים, און דאס איז נישט געווען נאך א ישיבת בי"ד ווי ביידע צדדים האבן אינטערגעשריבן שטרי ברורין פאר די דיינים, און זיי האבן אויסגעהערט ביידע צדדים'ס טענות, ניין, נאר מער א סטייל ווי א מחאה. דאס מיינט אז ביי א געווענליכע די"ת דעלמא וואלט דאך יעדער מודה געווען אז די דיינים זענען פסול לדין, אבער די זאלויניס האבן געהאלטן אז דא איז אנדערש, אז נאר זיי מעגן פסק'ן, איי זיי האבן שוין מודיע געווען זייער דעת? דאס איז נישט קיין פעלער, נאר אדרבא דאס מיינט לשיטתם אז די זאך איז שוין אפגעפסק'נט, און די קשר בוגדים בריוו איז געווען די פסק ווייל נאר זיי פארשטייען די תהליכות הקהלה.

יעצט אזוי, צו די זאליס זענען גערעכט צו נישט, האבן די אהרויניס אנגעקוקט די 2 טענות ווי א וואונק אז די זאלויניס האלטן פאר קיין שום געלט נישט ביים קומען צו א בי"ד מרוצה אדער זבל"א, צו ווייל די זאלויניס האלטן אז זיי טוען ע"פ הלכה אדער ווייל זיי זענען סתם חיות און ווילן שפילן געימס, זיי האבן געהאלטן אז די זאלויניס וועלן אנדרייען כל מיני תחבולות אז די סיכסוך זאל קיינמאל אנקומען צו א בי"ד מרוצה און ס'נישטא מיט וועם צום טיש צו גיין. אשר ע"כ, איז יעדער פארלאנג וואס די זאליס האבן שפעטער געבעטן אלס א תנאי צו קומען צו די"ת האבן די אהרויניס אנגעקוקט זייער סוספישעס און געהאלטן אז זיי ווילן זיך בלויז שפילן, און זיי מיינען עס נישט ערענסט, דעריבער יעדע טענה וואס די זאליס האבן פארלאנגט האבן די אהרויניס זיך צוגעשטאפט די אויער און געשריגן איין טענה "ביטע שרייב קודם אונטער שטרי בירורין ביי א נייטראלע בי"ד, דעמאלטס וועל איך דיר גלייבן אז די מיינסט עס ערענסט אנדערש טראסט איך דיך נישט".  פארשטייט זיך אז די זאלויניס האבן אריינגעפיפן און דעם.

לאור זה, האבן די אהרויניס און זייערע אויגן, זיך געזעהן מיט 2 אפציעס אדער אויפגעבן, אדער קארט, בי"ד איז נישט געווען קיין אפציע, וועל די זאלויניס האבן דאך געהאלטן אז זיי זענען פטור פון בי"ד.

יעצט, די זאלויניס האלטן אין איין קומען מיט א טענה אז די אהרויניס האבן נישט קיין היתר בי"ד, איך האלט אז דאס האט גארנישט מיט דעם ווער ס'שולדיג און די חילול השם אז ס'אנגעקומען אין קארט, איך האלט אפי' די אהרויניס האבן נישט קיין 100 פראצענטיגע הלכה'דיגע היתר בי"ד, (ווייל למעשה האבן זיי דאך עפעס בריוון פון זייערע דיינים, איינער סופר, אז זיי טוען ע"פ הלכה), אפי' לאמיר זאגן אז ס'נישט אויסגעהאלטן ע"פ הלכה איז נאך אלס די עבירה בינם לבין קונם, ווייל זיי האבן דאך געטאן אלעס מצידם אז ס'זאל קומען לדי"ת, און די זאלויניס זענען די וואס האבן עס געשטערט, דעריבער קומט זיך זיי די פעטש.

פארשטייט זיך דאס איז אלעס איז נאר מיין מיינונג, איך זיך נישט קיינעם צו קאנווינסן, און עטס האטס אלע די רעכטן זיך מחולק צו זיין.

מיין בר פלוגתא שרייבט:

די ביסט שרעקליך אומבאהאווענט אין די עינינים די האסט בכלל נישט קיין השגה וואס דא איז פארגעגאנגען

אויב די ארוניםס טענה וואלט געווען ווער סאיז רבי, אין זיי רופן זלמן לייב צו ד"ת וואלט איך פארשטאנען אז זלמן לייב דארף זיך שטעלן צו אן אומפארטייאישן ב"ד אין יעדער שרייבט אונטער ש"ב אין סאיז א רעגיולער ד"ת.

וואס איז דא אבער פארגעגאנגען? קיינער האט אין קיין ד"ת צעטיל ניטאמאל דערמאנט א ווארט רבנות,מען האט גערעדט וועגן עפעס א ראש הקהל וואס מען האט ארויסגעווארפן פאר געוויסע סיבות, גיי הער אויס די ערשטע מיטינג וואס בערל פריעדמאן האט פארופן נאכען פליען ער זאגט דארטן אז ער האלט אז די רבי האט אים נישט געווארפן אין ער האט גארנישט קעגן זלמן לייבס רבנות ער ווייסט נישט פארוואס זלמן לייב וויל אים נישט, אין נאך אזעלעכע טענות.

יעצט שטעלט זיך א פראגע? אין די שטאטוטן פון די קהלה שטייט זייער קלאר אויב מאכט זיך א עפעס א סכסוך אין די קהלה זאלן די קהלה דיינים פאסקענען דאס מיינט טאמער למשל איז דא צוויי ראשי קהלה ביידע שרייען איך בין ר"ה דארף דער דיין פאסקענען. אין אויף דעם וועג האט מען אריינגשטעלט אהרן פאר רב אין ק"י אזוי איז דוד עקשטיין געווארן ר"ה אזוי האט אהרן געפירט די קהלה אין מאנראוי ווען יאסל וואלדמאן האט אים גערופן צו ד"ת האט ער געהאלטן א לאנגע דרשה איבער א שעה אז מען קען נאר גיין צו קהלס דיינים, וואס כאטש דארטן איז עס נישט געווען אן אינטערנל פייט נאר איינער פון אויט סייד האט תובע געווען לדין עפעס א סאטמערער רב דאך האט ער געהאלטן אז ער דארף זיך נישט שטעלען לדין נאר ביי קהלס דיינים

וואס איז פליצלינג יעצט? פארוואס ווען בערל פריעדמאן שיקט א הזמנה אז מען קען אים נישט ווארפען יעצט דארף מען גיין צו עפעס א ב"ד אין בארא פארק? 

יעצט וויל איך דיך פרעגן? זלמן לייב האט קלאר געזאגט ער איז מסכים צו גיין בזבל"א אין ער איז מסכים אינטערצושרייבן ברירין ווייל ער ווייסט אז איטער די טענות ליגט גאר די רבנות, אהרן האט געזאגט איך שרייב נישט אונטער איך בין נישט דער תובע זיי מסביר פארוואס ער מעג זיך ארויסדרייען פון אינטער שרייבן ברירין און דורעך דעם פארמיידן דעם גרעסטן חילול ש"ש וואס איז פארגעקומען אין היסטעריע? זלמן לייבס מענטשן האבן נישט געוואלט גיין צו ד"ת אן ברירין פון אהרן ווייל יעדער פארשטייט אז סאיז א געלעכטער, ווייל אוי אהרן פארלירט ווער ער דאך נאך אלץ נישט זיין געבינדן ווייל ער האט נישט אינטער געשריבן, 

איך שרייב צוריק:

איך זעה נישט ווי די זאלסט זאגן אנדערש ווי מיר, ס"ה ביסטו מסביר מיט לאנגע הסברים פארוואס עטס זענטס נישט מחויב צו גיין צו א נייטראלע בי"ד. ווייס איך דען נישט דאס? איך זאג דאך די זעלבע זאך.

דאס וואס דו טענה'סט וועגן אהרן'ס אינטערשרייבן שטרי ברורין, איז שתי תשובות בדבר, איינס, מיין איך אז אפי' די שטרי ברורין וואס זלמן לייב האט מסכים געווען צו אונטערשרייבן איז עס נאר געווען אזא סארט זבל"א ווי דער דיין רב פרידמאן איז זייער דיין, אזוי שרייבט קלאר רב טירנוער ביי יענע פארהאנדלונגען, אז רב פרידמאן וועט זיין אויף די זאלוני זייט און דער מאנראער דיין אויף די אהרויניס זיין, וואס אויף דעם האבן די אהרוינס געהאלטן אז זיי זענען פסול לדון בכל אופן, ווייל זיי האבן שוין מגלה דעתו געווען מיט שטארקע טערמינען קעגן די אהרויניס. שנית, דער פאלאנג איז הערשט סאך שפעטער ארויפגעקומען, ווען די אהרויניס האבן שוין נישט געהאט קיין ברעקל קאנפידענס אז די זאלויניס מיינען עס ערענסט, דעמאלטס האבן די אהרויניס גארנישט געטראסט די זאליס ווילאנג מ'שרייבט נישט קודם אונטער ביי א נייטראלע בי"ד און די נייטראלע בי"ד זאל מחליט זיין ווער נאך ס'דארף אונטערשרייבן, און איך בלעים זיי נישט פארן דאס פארלאנגען.


מיין בר פלוגתא ענטפערט:

ווייסט אפשר וואס זבל"א מיינט??

פון דיין געשרייבעכטס זעהט אויס אז נישט

אויף דעם ענטפער איך:

פרעגסט מיך וואס זבל"א מיינט, א מין קשיא, טאקע בהא קמיפליגי האהרויניס והזאלויניס, דאס איז דאך די מיליאן דאלאר פראגע.

אנשי אהרן, האלטן אז זבל"א מיינט א בי"ד וואס איז נישט פסול לדון, אזא סארט זבל"א ווי באבוב און קראסנא, ס'דאך קיינעם נישט בייגעפאלן און באבוב אז דער דיין ר' חיים יעקב טויבער א געשוואוירענער ר' בן ציון חסיד, זאל זיין דער דיין מצד ר' בן ציון ווייל ער איז דער באבובער דיין. אפי' ביי זבל"א קען מען נישט נעמען יעדן איינעם, מ'קען נישט נעמען א הדיוט, א אשה אדער להבדיל א גוי.

אנשי זלמן לייב, זענען זיך מחולק זיי האלטן אז זבל"א מיינט אז מ'האט די רעכט זיך צו בורר זיי וועם איהם שמעקט אפי' איינער וואס איז פסול לדין.

וואס די הלכה איז, ווייס איך נישט, אבער איין זאך זעה איך אז ביי אנדערע חסידות מחלוקת האט מען אלס גענומען נייטראלע דיינים, און דער יושר זאגט אויך אזוי. אבער ווי געזאגט איך קען נישט קיין חושן משפט, קען טאקע זיין אז זבל"א מיינט טאקע כל הבא. אפי' א פסול.

עד כאן הטענות ומענות (לע"ע)




תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 06/12/2007 22:21:24




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/12/2007 21:23 לינק ישיר 

סקאטמאלען זאל מיר אוודאי מוחל זיין - פארוואס מאכט מען זיך וויסענדיג פון זיינע שטותים.

יעדעס ווארט וואס ער שרייבט איז CRAP. וואס פאסט פאר יאסעלע וואלדמאן אדער פיצי פרידמאן.

ביטע איגנארירן. אויסער די שטותים וואס ער שרייבט, איז 95 פראצענט פון זיינע סטעיטטעמנס נישט ריכטיג און איז גאר א גאר שוואכע ידיעה אין די זאכן וואס ער שרייבט.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2007 22:51 לינק ישיר 

סקאט, זייער גוט ארויסגעברענגט אבער די אראניע פון דיין בר פלוגתא איז נאך מער, ווייל ווי איך זעה פאריפט ער זיך אויף די שטאטוטען וואס דארט שטייט אז ביי א סכסוך אינערהאלב די קהלה דארף מען גיין צי די אייגענע דיינים, אבער ער וויל פארזעהן די בפירושע פסוק פון "שמוע בין אחיכם" אין א דיין וואס האט שוין געזאגט א מיינונג אן אויסהערן ביידע צדדים האט זיך געפסלט לדין, און אין די שטאטוטען שטייט קלאר ארויס אז מען דארף אויספאלגן אלעס וואס שטייט אין די תורה, קומט אויס אז די שטאטוטען אליינס פסלן דיין פרידמאן וכו' פון זיין דיינים, ווייל זיי האבן עובר געווען אויף שמוע בין אחיכם און האבן ארויסגעגעבען די קשר בוגדים בריוו אן אויסהערן אונזער צד, במילא מיט דעם איז שוין אויך אפגעפרעגט מאי שנא פון יאסעל וואלדמאן וכו'........

קומט אויס קלאר לויט די שטאטוטען קענען די דיינים פון דער קהילה נישט זיין קיין דיינים ביי דיע סכסוך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אנאליז איבער די סאטמארע מחלוקה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext