בית פורומים כל העולם כולו

שרעקליך: 5 יעריגע פרומע אינגעלע צודריקט אויף טויט. רח"ל.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/12/2007 22:53 לינק ישיר 
שרעקליך: 5 יעריגע פרומע אינגעלע צודריקט אויף טויט. רח"ל.

שוידעליך, שוידערליך!!!

מנחם שארבי, דער 5 יעריגער חרדישע אינגעלע וואס איז נעבעך צודריקט געווארן פון אן עלעקטראנישע צוים אין פארנט פון אן אפארטמענט בילדינג אין גבעת שאול ירושלים, איז נעבעך פריער געשטארבן פון זיינע וואונדן.

א פרוי האט געדריקט די ראמאוט קאנטראל צו עפענען די צוים, נישט באמעקענדיג אז ער שפילט זיל אויף עס. זי האט פרובירט עס נאכמאל דריקן די צוים זאל גיין אויפן פארקערטן ריכטונג, אבער דער מאשין האט נישט רעאגירט.

ער איז געאיילט געווארן צו הדסה שפיטאל אין ירושלים עין כרם, ווי מ'האט איהם דיאגניזרט אז ער האט געליטן פון שווערע אינערליכע וואונדן און איז געווען שלאַף ביז זיין טויט.

די לוי' קומט יעצט ביינאכט פאר אין ירושלים.

נעבעך נעבעך א קליין זיס אומשולדיג אידישער אינגעלע.

ולא ישמע עוד שוד ושבר.

_________________




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שרעקליך: 5 יעריגע פרומע אינגעלע צודריקט אויף טויט. רח"ל.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext