א פלא!
גענוי פאר 8 יאר צוריק האב איך געהערט אז ווארטס נאר, דער רבי (זצ"ל) וועט פארן קיין פלארידע וועט מען אים דעם ערשטן שבת ארויסטראגן פון שוהל.
עס איז דורך איין שבת, צוויי שבתים, אפאר חדשים, ענדליך שוין א יאר, און ער זיצט נאך אויף יענעם זעלבן פלאץ, הערט מען כסדר א פרישע לאזונג, נאך אביסל...
גענוי מיט 6 יאר צוריק שבת חנוכה ווען דיין רבי איז אריינגעקומען אויף שבת צו מאכן לעבעדיג, און אנשטאט ארויסצוטראגן זיין ברודער האט מען אים פשוט ארויסגעיאגט אזוי ווייט אז אפילו זיין שטריימל איז געפלויגן... און זייט דעמאלסט איז ער שוין נישט געקומען אויף קיין שבת אין גרויסן ביהמ"ד סיידן די צווייטע טעג ווען ער האט געברענגט מיט זיך מאסן גסות...
אינצווישן האט מען כסדר געהערט פרישע לאזונגען, אז דער מיט'ן שווארצן כאלאטל וועט אים ארויסטראגן, אבער אלעס בלייבט ביים אלטן.
ענדליך איז געקומען א פרישע לאזונג, אז כ"ז אב וועט מען אים ארויסטראגן... איז געקומען כ"ו ניסן און דערווייל אלעס ביים אלטן.
יעצט איז געקומען די לאזונג, נו דער אפעלעט וועט אים ארויסטראגן... אבער אליעס בלייבט ביים אלטן.
דערנאך האט מען געזונגען דעם ניגון דער קאורט אוו אפיעלס וועט מאכן סדר און אים ארויסטראגן... אבער אויך זיי זאגן א גרויסן לא...!
ביז מען איז אנגעקומען צום לעצטן מיטל אויסצושרייען מיט א פארצווייפלטע שטימע.... ג-נ-י-ב-ה...