בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

קובץ אור ישראל איז מברר וועגן לערנען אין ארטסקרול!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/12/2007 18:50 לינק ישיר 
קובץ אור ישראל איז מברר וועגן לערנען אין ארטסקרול!

א באמבע האט אויפגעשאסן אינעם עולם הישיבות מיטן ערשיינונג פונעם חודש טבת'דיגע אור ישראל ווי דער מדור "על הפרק" האט הרב גדלי' אבערלאנדער געווידמעט נישט מער און נישט ווייניגער אויפן נושא צו מען מעג לערנען אינעם ארטסקרול.

עס איז פאקטיש דאס ערשטע מאל וואס די צדדים ווערן קלאר ארויסגעברענגט לכאן ולכאן. עס איז שוין ערשינען צוויי יאר צוריק א קונטרס פון "בני הכוללים דוויליאמסבורג" ארויסגעגעבן דורך הרב לייבוש טייטלבוים וועגן דעם ענין, און ער האט אריינגעלייגט פילע בריוון פון רבנים לאיסור. דער קונטרס ווערט היפש ציטירט אינעם יעצטיגן אור ישראל.

פון אנהייב לייגט ער אריין די אוסרים, און דערנאך געציילטע מתירים.

דאס מערסטע אינטערסאנט איז דער לעצטער וואס איז מברר מיט א גאר גרויסע אריכות, אבער ער האלט בשיטה אז צוליב די סיבות פון זיך נישט פלאגן אויף די תורה וכו' איז עס בכלל נישט אסור נאר אדרבה פארקערט. אבער ער שפרייזט אויף גאר אן אנדערע ריכטונג ווי אנדערע, ווען ער ווייזט איבער אויף א גמרא וואס ארטסקרול האט גענצליך איגנארירט רש"י הק'ס פשט כדי נוטה צו זיין צו שיטת המתירים פון רעפארמירטע אידישקייט. ער טרעט גאר שארף ארויס קעגן זיי, און פירט אויס אז דאס אליין אז די עורכים קענען טון וואס זייער הארץ גלוסט און זיך ארומשפילן מיט די האקעלסטע ענינים איז מטיל בספק צו מען מעג נעמען דעם ספר אין די האנט אריין.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2007 00:06 לינק ישיר 

אור ישראל איז א ליבעראלער קובץ וואס דער עורך איז א פאפאפנער

אזא פנים האט עס ווען א פאפאנער וויל ווערן א סקאלער.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2007 03:20 לינק ישיר 

שלום

לדאבוני געדענק איך נישט פון וועלכן אשכול דו רעדסט ברענג א לינק וועלן מיר זעהן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2007 07:34 לינק ישיר 

רבותי הוא אשר דברתי,

די סאטמארער זיינען אומגאנצען צעטומעלט, אויב ווען איינער דריקט א סידור מיט א תפלה פאר די מדינה איז ער א ריינער אפיקורס, סא ווי וואלט געווען ווען די וואטיקאן להבדיל וואלט געדרוקט א גמרא וואלט מען חלילה געלערנט אין דעם? מען וואלט פארברענט די גמרות, סא וואס איז דער חילוק?

עס איז די העכסטע צייט מען זאל מאכען תורה שבכתב פון די שיטה און נישט אז יעדער זאל מעגען טועהן וואס ער וויל, אדרבה שרייבט אראפ די טענות מיט די ראיות און די כללים אז מען זאל וויסען המעשה אשר נעשה, און נאך דעם קען מען האבען א טענה צו אנדערע, אויב אטץ אליין טוט ביי יעדע זאך לפי ווי איר פארשטייט אן א הסבר, כמו פאבליק סקול, בלויע גמרות, משדך זיין מיט ווישניצער וכו' וכו' דאן האט נישט קיין טענות צו יענעם, יענער האט זיך אויסגעארבעט זיינע היתרים,

דאס איז דער קשר פון ארטסקרול און ויואל משה, ארט סקרול לייגט אראפ די גמרא קלאר אז יעדער קען עס פארשטיין, די שיטה וואלט געדארפט האבען אזא סארט ביאור, און יא איך מיין עס ערענסט !

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2007 06:40 לינק ישיר 

שלום

מיטן באצייכענען דיינע דימיונת פאר א פאקט מאכט עס נאך נישט קיין פאקט, די בלויע גמרות האט נישט מיט קיין ריינע אדער אומריינע שיטה צו טון, פארשטייט זיך עס איז דא אין סאטמאר אזעלכע וואס זענען אנקעגען און עס זענען דא ווואס זענען דערפאר, אדער מאכט עס נאך נישט פאר קיין ריינע שיטה.

דיין שיטה איז קלאר אלס וואס קען אראפרייסן סאטמאר דארף מען ווי מער, עס דארף אפילו נישט מאכן סענס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2007 06:25 לינק ישיר 

אנאליזירער

שנאה עמיצער? חוץ פון באשמיצען אנדערע ניקס קענסטו נאך עפעס?

און וואס איז דא אין דער "ריינער" הלכה'דיגע שמועס בנוגע ארטסקרול גמרות וואס ברענגט דיר די בלוט אין קאפ? 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2007 05:40 לינק ישיר 

יעצט וועל איך ווערען א באבובווער, נישט ענטפערען!!

טיפש איינער.

גייסט זאגען טול קורה מבין עיניך ווען די האסט אפילו נישט קיין קיסם.

און לענינינו.

יא ענטעפרען קשיות אויף'ן ויואל משה, אדער נישט, ווער רעדט דא וועגען ויואל משה???

פאקט איז, אז די בלויע גמרות זענען נישט אויסגעהאלטען לויט די ריין סאטמארע שיטה, זאג וואס די ווילסט, און אפה"כ לערנען אין דעם רוב כלל ישראל,


נקוט מינה מיהא חדא,
די סאטמארע שיטה האט נישט אויף געפיקט..

נבודכנאצר,

דאכט זיך אז אין די אשכול פין באטשי, ווי ער שטעלט זיך וועגען דעם מורח וודאין, ביסטו געבליבען מיט א שטיקעל אפען מויל. דארט האבען אויך אסאך געטענה'ט אז מען דארף נישט ענטפערען, ווייל דער רבינו יואל איז דאך א שטיקעל משה רבינו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2007 04:12 לינק ישיר 

I said לשיטתם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2007 04:08 לינק ישיר 

Oh ow, please don't counter attack, special on the bobuv'er rabbi who has a lot to his credit, please don't get lost.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2007 03:39 לינק ישיר 

שלום שטוב JID613
אזוי ווייניג שכל...
אין דאך אזויפיל שנאה...

איך רעד נישט פון קיין רבים בכלליות ח"ו, אבער בנוגע ענק צוויי -וואס עטס זענטס אזוי דורדגעפרעסן מיט שנאת ישראל, - האט באבובס שיטה זיכער באנקראטירט.ווייל חוץ פון שלילת מחלוקת איז כו"ע לא פליג אז  זיי האבן גארנישט מחדש געווען.
(הגם ס'איז נישט קיין חידוש)




תוקן על ידי אנאליזירער ב- 14/12/2007 4:13:59




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2007 03:22 לינק ישיר 

שלום,

דיין שנאה צו סאטמאר שרייט אזוי ארויס אז די פראבירסט עס אפילו נישט צו באהאלטן, איך גלייך די סטראגעדיע פון מאכן די בלויע גמרות מיט די שיטה איין זאך, און וויבאלד עס איז דא סאטמארע וואס לערנען אין די בלויע גמרות איז די שיטה אפגעפרעגט אפילו ביי א טייל סאטמארע! נישט שלעכט.

איך האב פאר דיר נייעס אז די לעצטע יארן איז די שיטה פון סאטמאר'ן רבי'ן זייער אויפגעפיקט, אסאך פון זיי לערנען אין די בלויע גמרות, לאמיך די פארזיכערן אז קיינער פון זיי איז נישט צומישט, אויב איינער איז צומישט איז עס די.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2007 02:13 לינק ישיר 

צאנז



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2007 23:31 לינק ישיר 

מי זהו ?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2007 23:28 לינק ישיר 

יענער זאל פריער פארענטפערן די גאטשע בענדל ווי א שטיקל ויואל משה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2007 22:20 לינק ישיר 

איך וואלט מציע געווען 
שבת פרשת ויחי אין ישיבה ספרינג וואלי מאנסי

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2007 22:00 לינק ישיר 

רבינו הקוה"ט ר' נבוכדנצר שליט"א,

אפשר קענסטו מיר זאגען ווי און וועלכען ביתהמ"ד און וועלעכע צייט איך קען גיין זיך מפלפל זיין אין דעם ויואל משה? ,

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > קובץ אור ישראל איז מברר וועגן לערנען אין ארטסקרול!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext