בית פורומים באבוב

וואס פאר א שייכות האט חתימות מיט א עליה פאר חיוב?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/12/2007 04:27 לינק ישיר 
וואס פאר א שייכות האט חתימות מיט א עליה פאר חיוב?

א חשובע בעל הבית א היימישער באבובער חסיד וואס דאווענט א גאנצע וואך יעדער תפילה אין גרויסן בית המדרש אויף 15-48 אין לערנט דארט אין ביהמ"ד יעדע נאכט מיט א חברותא אין אלע זיינע קינדער זענען באבובער חסידים אין זיינע אייניקלעך לערנען דאט אין די מוסדות  האט די וואך געהאט יאהרצייט נאך זיין טאטן ז"ל אין געבעטן די גבאי נישט צופארגעסן אים צו געבן א עליה שבת אינדערפרי כנהוג.

 

די גבאי איז צוריקגעקומען מיט א ענטפער אז ער וועט קיין עליה נישט קענען בייקומען אין ביהמ"ד אין מ'האט געבעטן אים איבערצוגעבן אז דאס איז ווייל ער האט נישט געחתמ'ט די תביעות צעטל אין בית דין.

 

דער איד האט נישט געטראכט קיין צוויי מאהל, ס'איז דא ווי צו גיין, אין שבת אינדערפרי איז ער געקומען דאווענען אין באבוב אויף 15-45 אין געבעטן די גבאי פאר אן עליה אין מ'האט דארטן אים בחפץ לב ווי עס פאסט פאר באבוב אים געגעבן א עליה אין אפילו צוס סוף צוגעשטעלט א מנין אין פאליש.

 

מיינסט נישט אז דער איש מכובד האט פארקויפט אין אלע גאסן אז ער האט נישט געחתמ'ט!, ניין, ער איז א שטילע וואילע איד וואס האט געהאט שכל אין א גיטן רצון אין זיך נישט געוואלט אריינמישן אין די מחלוקת, אין פארדעם האט ער בכלל גארנישט געחתמ'ט,  אין פארדעם טוט מען אים דארט אזוי רודפ'ן!

 

 

דאס איז באבוב? מעגן זיי זיך רופן באבוב? טוהן זיי דען נישט פארשעמען די נאמען באבוב? רודפן אידן? נישט געבן קיין עליות פאר חיובן? אזוי פירן זיך אויף חסידישע אידן מיט ווייסע בערד? נקמה? ווי האבן עטס זיך דאס געלערנט? ווער איז געווען ענקער רבי אלע יאהרן? באבוב? דאס איז באבוב?

 

אויב אזוי איז ענקער אויפירעכטס ווען ס'איז שוין דא צוויי באבוב, איז עס פשוט

א נס אז עס איז דא נאך א באבוב, א שרעק אין א פחד ווען מ'טראכט אריין וואס עטס וואלטס אלס נאר נישט אהנגעמאכט מיט ענקער מיאוסע מידות אין רייצערייען ווען ס'וואלט נאר געווען איין באבוב, עטס וואלטן זיך זיכער אויפגעפירט אסאך אסאך ערגער אין געמיינער טאמער וואלטן ענק נישט געהאט א קאמפיטישן!

 

 




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2007 08:58 לינק ישיר 

אינטערסאנט ווי אזוי דו קענסט פארדרייען די פאקטן, דיינע אייגענע מענטשען 48'טער דערציילן אנדערש, אז רמ"מ האט אים קלאר געזאגט דעם מעסעדזש אז די החלטה איז "אז ער באקומט נישט קיין עלי' ווייל ער האט נישט געחתמ'ט".

רצ"ה האט דאס ערשטע מאהל גערעדט וועגען אן עלי' אין 45, איז געווען שבת אינדערפרי אום 9:25 פאר הודו. 

אוודאי איז ער א אמת'ע באבובער, און ווייסט אז אין באבוב דאווענט מען א "נעילה", (כמאמר המנוח הרה"ח ר' שאול הוטטערער ז"ל מוצאי יום כיפור תשס"ה, וואס ער האט געזאגט נאך יענעם דערהויבענעם נעילה). 




תוקן על ידי לאןאתההולך ב- 12/12/2007 9:40:06




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2007 05:42 לינק ישיר 

שקר וכזב, עס האט גארנישט געהאט מיט די חתימות. איר קענט פרעגן אייערע טייערע פריינט ר ממ''א, גבאי בביהמ''ד באבוב.

דער בעל הבית, ר' צבי ה., האט א שגיון יארן לאנג אז ער וויל נישט עולה זיין אין די אידרויסנדיגן מנינים ווען ער האט יארצייט. ע''פ רוב זענען אלע יארצייטן עולה אינדרויסען . אלע יארן האבען די גבאי בית המדרש זיך פרובירט זיך צו צו שטעלען צו עם.

עס זענען געווען זיבן מענטשען וואס האבען געהאט יארצייט דעם וואך. רוב פין זיי האבען זיך געמאלדען פאר שבת אז זיי דארפען עולה זיין. דער ר' צבי האט זיך ערשט געמאלדען פאר קבלת שבת צי ר' ממ''א. ר' ממ''א האט עם געזאגט אז אנדערע האבען זיך שוין געמאלדען אין מען וועט ערשט מסדר זיין די עליות ביי שחרית.

אינדערפרי איז ער ציגעגאנגען צי ר' ממ''א אין ר' מ''מ האט עם געזאגט אז ער האט נאכנישט מסדר געווען די עליות אן ער וועט עם לאזען באלד וויסען.
 
די גבאים כדרכם, האבען זיך ציזאמען געזעצט אנהייב שחרית מסדר זיין די עליות. זיי האבען מחליט געווען אז היות זיי קענען נאר געבען פאר דריי פין די יארצייטען עליות אין גרויסן בית מדרש אין ר' צבי האט זיך געמאלדען דאס לעצטע אין יעדער יאהר באקומט ער אן עלי' אין אנדערע האבען געדארפט ארויסגיין , וועט ער זיין פין די פיהר וואס וועלען עולה זיין אינדרויסן.

דער גבאי ר' מ''מ איז צוגעגאנגן צי עם זאגען וואס די החלטה איז געווען אין  מסביר זיין פארוואס, האט עם ר' צבי געפרעגט צי ער קען עולה זיין במקום כהן. ווען ר' מ''מ האט עם געזאגט אז מען מאכט נישט דא סתם אזוי במקום כהן'ס, האט עם ר' צ''ה  געזאגט אז איך האב שוין באשטעלט אן עלי' ביי 45 אין היות  איך קען נישט עולה זיין אין גרויס בית מדרש, גיי איך דארט עולה זיין.


דרך אגב האב איך געדאווענט מיט זיין מנין מאנטאג אין איך האב נישט געזען אז קיינער זאל עם שטערן פין דאווענען פאר די עמוד אדער עולה זיין.

נ.ב. דער ר' צבי איז גארנישט אזא באבובער. יוה''כ נאך מנחה איז ער ארויסגעגאנגען פין באבוב אין געגאנגען דאווענען נעילה ביי 45. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > וואס פאר א שייכות האט חתימות מיט א עליה פאר חיוב?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext