די בלאפעריי פון די זאלונים (און וןיאזוי מ'כאפט זיי) איז נישט צום גלייבן.
שמואלי קאומפאוט האט במשך די חנוכה טעג אנגעקאלט וויליאמסבורגער רעבעלעך און "שיפע טאשן" , אז דער "רבי" האט חנוכה געלט פאר זיי... דער רבי האט מיר געהייסן איך זאל אייך אנרופן... איך קען אייך טרעפן היינט ביי הנירות אין ביהמ"ד אין איך וועל געבן ס'געלט...
און די רעבעלעך זענען געקומען.. נעמען "לא יחרץ" געלט... WOW, פאר די המצאה
צוויי אזעלכע טשעקעלעך זענען שוין בנמצא... און יא. מ'זעט אז דער צדקה קאסע פון "מפעל טוב וחסד" געט 100 דאלארדיגע טשעקלעך אויסגעשטעלט:
הרב... PAY TO THE ORDER OF
פון דא קען זיך יעדער אריינפילן וועמענס נאמען ער וויל.
די MEME אינטן זאגט
לכבוד חנוכה...
און דאס איז נישט קיין פארטיי... נאר רבי זי"ע.
נאר כבוד שמים
יעצט וועט הרב בלומענפעלד מוזן האלטן נאך א דרשה פאר אלע רעבעלעך. צו קומען קיין ראדני, און נישט דאווענען אין די בונקערס...
תוקן על ידי ארגינעלער ב- 12/12/2007 21:11:05
נשלח ב-16/12/2007 04:49
הרה"ח רבי משה ווייס ע"ה האט איבער געלאזט א פאנד וואס זאל געבן א יעדן חודש 100 דאלער פאר רבי שלום אליעזר טייטלבוים שליט"א, און פאר ר' זאלי, דאס האט ער געגעבען נאך דעם וואס רביה"ק זי"ע האט אים געבעטען אז די 2 האבן נשיט קיין פרנסה.
ר' משה, און נאכדעם זיין זון רבי בערל, פלעגן די געלט שיקן יעדע חודש צו ר' זלמן אז ער זאל האבל דערפון שיקן צו זיין ברודער ר' שלום אליזער, פאר 4 יאר צוריק האט ר' זלמן אויפגעהערט שיקן דאס געלט פאר ר' שלום אליעזר, ער האט געזאגט אז רבי בערל שיקט מער נישט.
היי יאר ווען רבי שלום אליעזר האט חתונה געמאכט האט מען אנגערופען רבי בערל בעטן געלט פאר די חתונה, האט ער געזאגט אז ער שיקט אים יעדע חודש 500$, מען האט אים געזאגט אז דאס געלט קומט נישט אן קיין איין פעני.
איז מען געוואור געווארן אז דער גנב פאקט שוין 4 יאר יעדען חודש 500$ אין טאש וואס ער גענבעט פון זיין ברודער רבי שלום אליעזר.
אזוי קוקן אויס זיינע צדקות.
נשלח ב-13/12/2007 20:19
חסד לאומים חטאת!
האב איך אמאל געהערט, חסד מיט אלימות.
נשלח ב-13/12/2007 08:18
דער גנב צינדט אינעם גע'גנב'טן מנורה
מצוה הבאה בעבירה
וואס זאל איך טאן אז דער גרויסער מאנראוער קען נאר נעמען און נישט טיילן???
נשלח ב-12/12/2007 22:56
גראדע ווייס איך פון א מעשה לעצטענס וואס עסקנים האבן צוזאם געשטעלן געלט פאר אן ארעמאן א זאלי וואס האט חתונה געמאכט מ'איז געגאנגן צו ביידע רבי'ס קאסעס בעטן געלט און פון אבני חסד מהר"א קאסע האט מען באקימען אבער פון טוב וחסד מהרז"ל קאסע האט מען גארנישט באקימען מיטן תוריץ אז זיי האבן נישט