דער שר האט א גערעכעט פוינט אז מען מוז מאכן פי אר, אבער נישט מיט די נערישקייטן פון קהל'ישע וואלן, ווייל קיינעם אינטערעסירט נישט וואס פערלשטיין פראטאקלירט און באשטעטיגט,
אבער וואס מען מוז יא טין איז. מאכן פאבליק רילעשאןס פאר די דרויסענדיגע וועלט, כדי אונז זאלמיר האבן אנערקענונג ביי פאלאטישאן'ס און עלעקטעד אפישעלס, אלע צייטנגען ווייסן אז זיי זענען געבליבן סטאטוס קווא, און דאס מיינט אז זיי זענען סאטאמר וואס די פאלאטישאןס דארפן זיך רעכענען, זיי האבן נידערמאן וואס ארבעט פאר זיי אפיצעל און מענצער און גאלבערגער אומאפציעל, מיט גרויסע פי אר קאמפעניס וואס ארבעטן אויף צייטונגען און פאלאטישאן'ס,
דאס איז א וויכטיגע זאך וואס האט נישט קיין פרייז, ווייל מען צאלט איבער סאך מער ווען מען קען נישט באקומען גארנישט פון די שטאטישע רעגירונג, רבת שבעה לה נפשנו פון פאליטישע הויכע פענסטערס, און זיי באקומען אלעס,
לדוגמא וויפיל געלט איז ווערט דער בנין פון ברכה סימא? לכה"פ 20 מיליאן דאלאר, און זיי האבן עס באקומען פון בלומבערג פאר א פאר דאלער פי אר קאמפעניס, מיט א דריידל פון מציצה בפה האבן זיי מיט התאחדות הילף ארויסגעברענגט א ריזיגן בלאק וואט, אריינגערעכנט אונזערע תמימים וואס האבן געציטערט אז מען גייט חלילה אויסרייסן מציצה בפה, אבער זיי האבן מוצץ געווען אפאר הבטחות בפה דערפאר,
און ווער ווייסט וויפיל די פי אר קאמפעניס האבן צוגעהאלפן פאר קאורט געווינסן,
 |
|
|