די באוויסטע הנהלה פון כולל שומרי החומות איז געגאנגען נעמען א הייליגע ברכה פונעם בעלזער.
סאטמאר אידן האבן שוין לאנג אפגעהאקט און געבן נישט קיין פעני פאר דעם כולל, און האבן ארויסגעטראסקערט זייערע פושקעס, וואס היינט באשטייט די הנהלה פון אפאר ציונים און שונאי סאטמאר.
עס איז שוין לאנג אויפגעוויזען געווארן אז אונטערן טיש נעמען זיי געלט פון די מדינה הטמאה.
די הנהלה דא אין ניו יארק פירן אפאר גנבים אין פילען אן זייערע טאשן מיט די רוב.
נשלח ב-17/12/2007 02:18
איך זע נישט קיין שים עוולה אז שומרי החומות איז געגאנגען צים בעלזער רבין אז שומרי החומות האט געקענט אויפנעמען הגז"ל פאר סגן נשיא וואס האט נאך עניטיים מבזה געווען רבינו הקדוש זי"ע פאר די גאנצש וועלט אין נאך דערצי יעצט מיטן גין צים טמאנעם בג"ץ האבן זיי געמעגט גיין 100 פראצנט צים בעלזער רב
נשלח ב-18/12/2007 00:15
אין די זעלבע הענט פון די ציונים.
די משעה וואס די האסט געבאקען פון רביה"ק בעל ברך משה איז סתם א וויסטער שקר.
נשלח ב-28/2/2012 01:02
א וועלט דרייט זיך
נשלח ב-28/2/2012 01:26
איך זעה דא ענדערשט ווי מענטשן פרובירן צו פארדרייען א וועלט..
כולל שומרי החומות זענען געגאנגען צום בעלזער אן קיין פיוס, און פארט געבליבן די "הייליגע" כולל מיטן גאנצן רעבעזיכרוינע'דיגן גלאנץ.
אבער סאטמאר רבי וואס איז געגאנגען אויף א באזוך צו זיין שוואגער נאכדעם וואס דער בעלזער האט מקיים געווען זיין תנאי און דורכגעפירט א היסטארישע פיוס פון רבותיה"ק, אים האט מען דן געווען מיט:
טרערן פון מנשה המסלף / פאשקעווילן אין די גאסן פון ירושלים, וומ"ס, קר"י / שמוציגע האטליינס / געמיינע טוויטער מעסעדשעס אויפן אפיציעלן טוויטער גרופ / א כינוס אין אהל רחל / א דרשה פון איבראן'ער רב יר"ה / בכיות פון רבי משה מנחם / און וואס נישט...
לקיים מה שנאמר: "די הייליגע רבי ז"ל האט זיך צובייזערט"...
נשלח ב-28/2/2012 01:45
יא, ס'שפירט זיך שוין די אפעקט פון די באזוך פון מהר''א צום בעלזער.
ברם יזכר אותו האיש לטובה די ברך משה, וואס האט געמאכט א גענעראל פארזאמלונג אין די נ' יארן, ווען הנהלת שומרי החומות (אין א''י) האבן געוואלט אנהייבן נעמען געלט פון די מדינה....
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 01/03/2012 19:34:27
נשלח ב-28/2/2012 01:48
צו מאכן אן עסק פון ווער סגייט צום בעלזן אדער צום גערן וכו' איז ווי רעדן אז די פייגלעך פליען געהעריג אן קיין אפהאלט זאלן איינער מעלדן און איינער מוחה זיין און איינער זיך אננעמען פאר די פייגלעך הצלחה רבה
נשלח ב-28/2/2012 02:00
ווען איינער איז געגאנגען אייביג (אזוי ווי פאפא, שבט הלוי, ספינקא) איז איין זאך, אבער מהר''א האט קאלט געמאכט די מלחמה פון די וואס האבן נישט געוואלט האבן א שייכות ,ווייל ער האט ליצנות געמאכט פון תלמידי החת''ס און די שיטת הטיילונג.
נשלח ב-28/2/2012 02:09
outspoken כתב:
ווייל ער האט ליצנות געמאכט פון תלמידי החת''ס און די שיטת הטיילונג
לשון הרמב"ם בהלכות תשובה (פ"ז הלכה ח)
וחטא גמור הוא לומר לבעל תשובה זכור מעשיך הראשונים או להזכירן לפניו כדי לביישו או להזכיר דברים וענינים הדומין להם כדי להזכירו מה עשה הכל אסור ומוזהר עליו בכלל הוניית דברים שהזהירה תורה עליה שנאמר ולא תונו איש את עמיתו
נשלח ב-28/2/2012 02:31
FiveBoro כתב:
איך זעה דא ענדערשט ווי מענטשן פרובירן צו פארדרייען א וועלט..
כולל שומרי החומות זענען געגאנגען צום בעלזער אן קיין פיוס, און פארט געבליבן די "הייליגע" כולל מיטן גאנצן רעבעזיכרוינע'דיגן גלאנץ.
אבער סאטמאר רבי וואס איז געגאנגען אויף א באזוך צו זיין שוואגער נאכדעם וואס דער בעלזער האט מקיים געווען זיין תנאי און דורכגעפירט א היסטארישע פיוס פון רבותיה"ק, אים האט מען דן געווען מיט:
טרערן פון מנשה המסלף / פאשקעווילן אין די גאסן פון ירושלים, וומ"ס, קר"י / שמוציגע האטליינס / געמיינע טוויטער מעסעדשעס אויפן אפיציעלן טוויטער גרופ / א כינוס אין אהל רחל / א דרשה פון איבראן'ער רב יר"ה / בכיות פון רבי משה מנחם / און וואס נישט...
לקיים מה שנאמר: "די הייליגע רבי ז"ל האט זיך צובייזערט"...
אינטערעסאנט אז דער ארגינעלער פאשקעוויל שרייבער האט נישט געשריבן דעם בעלזער'ס עוולה אז ער האט גערעדט אויף רביה"ק זי"ע, נאר אז ער שלאגט זיך מיט די עדה החרדית....
(ווארענונג: אויב איך זע דיר ווייטער שרייבן מיט דעם סארט זלזול קעגן גדולי ישראל וועסטו ווערן אויסגעשפארט. דער מנהל)
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 01/03/2012 19:35:31
נשלח ב-28/2/2012 02:34
לא זכינו להבין עומקו של הלומדות בתוך דבריו של איזה פאשקעוויל.
נשלח ב-28/2/2012 02:52
אינטערעסאנט אז דער ארגינעלער פאשקעוויל שרייבער האט נישט געשריבן דעם בעלזער'ס עוולה אז ער האט גערעדט אויף רביה"ק זי"ע, נאר אז ער שלאגט זיך מיט די עדה החרדית....
ווייל ער האט ליצנות געמאכט פון תלמידי החת''ס און די שיטת הטיילונג
לשון הרמב"ם בהלכות תשובה (פ"ז הלכה ח)......
ער האט קיינמאל נישט איבערגעבעטן די תלמדי החת''ס, א חוץ דעם איז ער עומד במרדו אלץ די פורץ גדרום של ראשונים.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 01/03/2012 19:35:50
נשלח ב-28/2/2012 03:02
אוטספאוקן, ער האט אויסגערופן בפומבי - דורך די מעמד בקשת מחילה - אז ער האט חרטה אויף וואס ער האט גערעדט.
אפגעזעהן די סיבה פון זיין חרטה, איז דיין דערמאנען יענע דרשה אין כלל פון דעם רמב"ם. אויב האסטו א ספק אז עס איז אפשר נישט אין דעם כלל, זאלסטו בעטן א דיין זאל דיר פסק'נען א קלארער פסק הלכה, אבער נישט אליינס באשליסן עובר צו זיין אויף א "איסור חמור".
נישט אלעס לוינט פאר עקלדיגע פאליטיק.
נשלח ב-28/2/2012 03:15

בפירוש נישט, אויב האט ער מורא געהאט אז אפאר תמימי לב און ארונים וועלן אזוי זאגען, האט מען געהאלטען א דרשה אין בעלזא אז מ'טוישט גארנישט אין די הנהגה(הטמאה).
בפירוש נישט, אויב האט ער מורא געהאט אז אפאר תמימי לב און ארונים וועלן אזוי זאגען, האט מען געהאלטען א דרשה אין בעלזא אז מ'טוישט גארנישט אין די הנהגה(הטמאה).
ערשטנס "ער" האט נישט גערעדט גארנישט, צווייטנס יענער וואס האט גערעדט האט נישט געזאגט עפעס וואס אין וויזניץ וואלט מען נישט געזאגט. יענער האט נישט גערעדט נישט אויפן חת"ס און נישט אויפן ויואל משה. סך הכל האט ער איבערגע'חזר'ט די פארפוילטע מהלך פון אלע אגודה קרייזן.
און צו דיר וואס דו ביסט עובר אויף א הלכה פסוקה פון א עבירה חמורה: