| נשלח ב-17/12/2007 00:03 |
|
| |
א האלב מיליאן דאלאר פאר כולל יטב לב בארה"ק
דעם מוצש"ק איז פארגעקומען א הערליכע מלוה דמלכה לטובת החזקת כולל יטב לב בארה"ק בבית רבינו שליט"א אויף 550 בעדפארד עוועניו, מיט א אויסערגעווענליכע הצלחה ב"ה, בהשתתפות כ"ק מרן רבינו שליט"א, וואס האט פערזענליך גע'שתדל'ט די נגידים צו באשטייערן מיט גרעסערע געלטער להחזקת הכולל.
די מלוה דמלכה איז פאררופען געווארן דורך דעם חשוב'ן און ענערגישן משב"ק הרה"ח ר' משה פרידמאן שליט"א, וואס האט געהאלטן א פייערדיגע רעדע איבערן וויכטיגקייט צו שטיצן דעם כולל.
עס איז אריינגעקומען דער הערליכער סומע פון איבער א האלב מיליאן דאלאר.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2007 00:05 |
|
| |
און וואס טוט זיך מיט די פופצן מיליאן דאלאר וואס מ'האט געדארפט אויסרופן ביים דינער, פארן נייעם ביהמ"ד?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2007 00:28 |
|
| |
דער משב"ק שליט"א האט געהאלטן א ווארעמע דרשה, וואס האט שטארק אויסגענומען ביים ציבור!
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2007 00:49 |
|
| |
רמקול פארוואס פארציילטסו נישט איבער די שטותים וואס דער נועם המידות האט גערעדט?
איבער דעם "כח הטומאה" פון די אנדערע וועלכע מאכן חרוב, און די "כח הקדושה"?
פארצייל אויך מער פון די קללות פון בן פראדעל וואס ער האט דארט געשאסן, נוסח של שמשון יאנקעל, שייגעץ... נ... פ..... דרע... וכו' וכו' וכו'.
און אז רז"ל האט געשאסן פון געלעטער ווען פראדעל האט גערעדט
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2007 01:00 |
|
| |
שלום עליכם זשוליאני
ֿ איך זע אז דער משב"ק קען דיך ארויסציען פון די כלים.
הא?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2007 01:18 |
|
| |
דוד, תיקון טעות.
היינט ליידט אברהם בער יאקאבאוויטש פון אים. מיר האבן אים געדאמפט, דארט ווי מיר האבן געדאמפט הרב יודל וויינשטאק.
ווי עס שטעלט זיך ארויס, דארף בלומענפעלד האלטן אזעלכע רעדעס ביי ענק, טאקע ווייל פראדעל איז ביי אייך... האלטס אים שטארק אן (!)
עס זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אז די ארונים זענען חלילה מקנא די זאלונים די 2 זאכן:
1) דעם רבי'ן אייערען
2) די חסידים אדער גבאים אייערע.
דאס איז אונזער הצלחה, אז מיר האבן זיי נישט. דער סכסוך איז איבער "עצים ואבנים". הבנת?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2007 01:19 |
|
| |
ביי די וועי, פארוואס ווען איך פרעג רמקול האסטו דיך אנגערופן?
אלזא, וואס האט דער נועם המידות פינקטליך געזאגט און געשאלטן?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2007 01:56 |
|
| |
נאך איין מזל אז ענק דארפן נישט האבן ביידע, אויב יא וואלטן מיר נאךיעצט געווען אין א מערכה כבידה!
סאטמארער חסידים דאנקען יעדן טאג דעם באשעפער אז מען איז פשוט געווארן פון דיין רבי'ן און זיינע יועצים!
דאס איז אונזער הצלחה אז ענק ווילן נישט דעם רבי'ן און גבאי'ן!
און יעצט גיס ווייטער דיינע פערל ווערטער.
עס איז באמת זיס צו הערן, זאג נאך און פארשאף אונז א הנאה!
|
|
|
|
|