זאלי מענטשען ווילן עפענען א ביהמ"ד אין מאנסי.
זישא פעדער האט געמאכט פאר א ברית פאר א 2 חדשים צוריק אין מאנסי, ער האט עס געוואלט מאכן אין ביהמ"ד ביי ר' חיים יושע, און ר' זלמן לייב זאל זיין סנדק, האבן ר' חיים יושע קהלה אים געזאגט אז ר' זלמן לייב קען נישט אריינקומען אין די ביהמ"ד, ער האט געמוזט מאכן די ברית אין אן אנדערע ביהמ"ד.
אזוי אויך איז ר' זלמן לייב פאר א חודש צוריק געווען פאר א סידור קידושין אין מאנסי, און ער האט געוואלט גיין דאווענען מנחה אין ר' חיים יושע שול, האבן זיי אים געזאגט בלא ער קען דארט נישט דאווענען און אוודאי נישט האבן קיין שטענדער, ווייל ר' חיים יושע איז דא רבי.
דעמאלס האבן זיי אריינגעשטעלט אין דער איד אן עד פון אלע זאליס אין מאנסי מיטן נאמען התאחדות התלמידים מיט א מזל טוב פאר איינעם לעפלער, און דאס איז געווען צו ווייזן פאר ר' חיים יושע אז מען מיינט ביזנעס.
תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 07/01/2008 21:31:47
|
|