נ"נ
לאו דוקא איך בין נאך נישט אינגאנצן פארטיג.
נאך עטליכע קליינע באמערקונגען אויף דעם נושא פון רמב"ן מיט עלייה בחומה
א) עס איז זעהר שוועהר צו זאגען אז דער רמב"ן מיינט די שלוש שבועות, עס זעהט אויס קלאהר למעיין בדברי הרמב"ן (מיט די נומערען 1-2-3-4) אז דער רמב"ן רעדט לגמרי נישט דארט אין מאמר הגאולה פון די שלש שבועות. ערשטנס ער ברענגט דאס בכלל נישט צו אין דעם גאנצן קונטרס וואס ער רעדט פון גאולת עזרא און גאולת משיח. ער ברענגט דאס אויך נישט צו נישט אין כתובות קי"א, און נישט אין סוף שיר השירים ווי ער רעדט אויס וויאזוי די גאולה וועט צו גיין.
והשנית אין דעם שטיקל וואס דער ויואל משה ברענגט אראפ "שלא אבו לדחוק את הקץ" מיינט ער דאך כנ"ל נאר די עשרת השבטים וואס אויף דעם עמוד הקודם פון רמב"ן שהבאתי לעיל (רע"ג אות 96) שרייבט בלה"ק ער אז עזרא אליינס האט אויף זיי געשריבן בנבואה ויביאם לחלח וחבור עד היום הזה. וואס איז א ציווי מפורש מפי נביא. און אז פאר דעם האבן זיי נישט געוואלט ארויף גיין, נישט מכוח די שלוש שבועות, - דער לשון דחיקת הקץ איז א נאר שם מושאל. ב) עס איז נישט פארשטענדליך די ראיה פון ויואל משה אז דער רמב"ן האלט אז זיי האבן נישט געטאהרט "עולה זיין בחומה, זיין ראיה איז ווייל אנדערש קומט אויס אז כלל ישראל האבן נישט געפאלגט עזרא (ויואל משה דף ל"ב ד"ה וכן מסתבר שהבאתי לעיל)מיט די גאנצע אריכות הדברים אז די צדיקים זענען געבליבן און בבל, עס איז נישט פארשטענדליך ווייל דער רמב"ן האלט דאך בפירוש אז די אידען האבן יא געפאלגט עזרא הסופר
חדושי הרמב"ן על מסכת מגילה דף ב/א וכשעיינתי בכתובים נתיישב לי הענין יפה, לפי שהוא דבר ברור שבזמנו של נס זה כבר נפקדו ישראל ועלו לארץ ברשיון כורש ונתיישבו בעריהם, ואע"פ שאמר המן ישנו עם אחד מפוזר ומפורד בין העמים, מ"מ אנשי כנסת הגדולה עם רוב ישראל בארץ היו, ושוב לא עלו מהם אלא מעטים עם עזרא, וכשצוה אחשורוש להשמיד להרוג ולאבד היו הפרזים והעיירות שאין להם חומה סביב בספק וסכנה גדולה שלא יעלו עליהם אויבים יותר מן המוקפין, וכענין שאמר בהם בספר עזרא (נחמי' ד') ויהי כאשר שמעו סנבלט וטוביה והערבים והעמונים והאשדודים כי עלתה ארוכה לחומות ירושלים כי החלו הפרצים להסתם ויחר להם מאד ויקשרו כלם [יחדיו] לבוא להלחם בירושלים ולעשות לו תועה ונתפלל אל אלהינו ונעמיד משמר [עליהם] יומם ולילה מפניהם, וכשנעשה הנס עשו כולם יום נוח ומשתה ושמחה, דכתיב ושאר היהודים אשר במדינות המלך אחשורוש נקהלו ועמוד על נפשם ביום שלשה עשר ונוח בארבעה עשר ועשה אותו יום משתה ושמחה, ושל שושן עשאו ג"כ ממחרת הנס שלהן, וזה היה בשנת הנס בלבד:
ג) נישט נאר אז די שלוש שבועות זענן נישט מחייב לויטן רמב"ן נאר פון די כתבי הרמב"ן איז מוכח אז ער האלט אז אפילו די נבואת עזרא הנ"ל אויף די עשרת השבטים לחלח וחבור עד היום הזה הנ"ל איז לאמתו של דבר זיי אליין אפילו נישט מחייב, דער רמב"ן סוף שיר השירים שרייבט אז סזעהט אויס מן הכתובים די עשרת השבטים וועלן ארויס גיין אליין פון גלות אסאך פאר משיח וועט קומען, זיי וועלען זיך מאכען אליין א מלכות מיט א משיח ער וועט געהארגעט ווערען במלחמת גוג ומגוג און דאס וועט זיין משיח יוסף, ערשט נאכהער וועט נתגלה משיח בן דוד און מקבץ זיין די רעשט אידען.עוד אקבץ עליו לנקבציו. דער רבנו בחיי ברענגט דאס עטליכע מאהל.
דער ויואל משה ווייסט גוט פון דעהם רמב"ן, ער ברענגט אבער נאר צו האלב דערפון.
דאס איז א סתירה גמורה צו די מסקנא פון ויואל משה, אז סוועט נישט זיין קיין שום קיבוץ און מלוכה פאר התגלות משיח בן דוד.
(נאכאמאהל סאיז דא גענוג אנדערע ראיות בפירוש פון ראשונים און אנדערע אז סוועט זיין א גרויסער קיבוץ גלוית און ארץ ישראל נאך בעפאהר ביאת המשיח, איך ברענג נאר אבער יעצט די מקורות וואס דער ויואל משה אליין ברענגט אראפ.) ד) ווי אזוי קען מען זאגן אז דער רמב"ן מיינט "דחיקת הקץ" פון די שלוש שבועות עולה צו זיין אזוי ווי בימי עזרא?, דער רמב"ן דארט אין מאמר הגאולה ובעוד כמה מקומות, זאגט אז דער קץ המקווה האט גארניש צוטוהן מיט מלוכה, מלחמה, ממשלה, אדער גשמיותדיגע ישועות, אפילו נישט מיטן ביהמ"ק. והא ראיה ביקש חזקיה להיות משיח, און ער איז נישט געווארן, די אידען האבן אלעס געהאט דאמאלטס. נאר וואס דען? אונזער "קץ" מיינט התגלות השכינה. לתקן עולם במלכות וגו', קען ער אוודאי נישט האלטן אז "דחיקת הקץ " פון די שלוש שבועות מיינט עפעס אנדערש ווי "שלא ירבו בתפילה". אזוי ווי רש"י ורוב מפרשים זאגן.
איז דאך דאס א בפירושע ראיה אז דער "שלא אבו לדחוק את הקץ " וואס ער ערוועהנט ביי די עשרת השבטים האט גארנישט צו טוהן מיט אונזערע שלוש שבועות. ביי די עשרת השבטים האט דאס געמיינט זייער צוריק קומן קיין ארץ ישראל, אבער נישט ביי אונז.
ה) אויף די גמרא כתובות "שלא יעלו בחומה" איז סיי דער יעב"ץ און סיי דער רש"ש מגיה אז סדארף שטיין "שלא יעלו כחומה".
איז הדרא קושיא לדוכתה, פון ווי נעמט דער ויואל משה אז שלא יעלו בחומה איז טייטש א כנופיא גדולה. און נישט ווי אלע מפרשים טייטשען "כולם יחד ביד חזקה" גאנץ כלל ישראל אויף איין מאהל ארויס פון גלות..
ו) אסתירה מיניה וביה, ווי קען מען זאגן אין די זעלבע צייט די פאלגענדע צוויי מסקנות ? 1) עזרא האט נישט געהייסן עולה זיין גאנץ כלל ישראל צוליעב די שבועה פון שלא יעלו בחומה און 2) אפילו מ'האט רשות פון אנדערע אומות, דארף מען אויך האבן רשות פון די גויים וואס זיצען און ארץ ישראל, אז נישט הייסט דאס אויך איין עלייה בחומה
עזרא האט דאך יענסמאלט געהאט רשות נאר פון כורש (ענגלאנד) אבער נישט פון די ערביים עמונים אשדודים און שומרונים (די דאמאלטסדיגע פאלעסטינעזער חיות) וואס האבן באזעצט ארץ ישראל.? "ויהי כאשר שמעו סנבלט וטוביה והערבים והעמונים והאשדודים כי עלתה ארוכה לחומות ירושלים כי החלו הפרצים להסתם ויחר להם מאד ויקשרו כלם [יחדיו] לבוא להלחם בירושלים"
ווי קען מען דאס אהנרופען עלייה בחומה?
נבוכדראצר
(אזוי שטייט אין די וואכעדיגע הפטורה...)
דו פרעגסט צו איך בין שוין פארטיג? לאמיר זאגן אז דערווייל ווארט איך אויף א תשובה פון דיר אויף די אלע תמיהות פון דעם "יהרג ואל יעבור" פון מהר"ל, און אויף וויאזוי איז א ראיה פון רמב"ן אדער פון ערגעץ אנדערש אויס צו טייטשען "שלא יעלו בחומה" אויף וועלן מאכען א מדינה?
א קיצער הדרה קושיא לדוכתה, אויף וועלכע שבועה האט מען עובר געוועהן מיט וועלען מאכען א מדינה?
דערנאך וועלען מיר גיין ווייטער
תוקן על ידי - baachi - 14/01/2008 1:19:13
 |
|
|