קרוב צו 2000 רעסיטס געשריבן ביי די "רעביצין'ס כולל פארטי" אין וומסב"ג (מהר"א)
די נעכטיגע כולל פארטי אין וויליאמסבורג וואס די הויכגעשעצטע סאטאמארע רעביצין תליט"א האט געמאכט, אין שטוב פון הרבנית הצדיקת מסאטמאר-וומסב"ג תליט"א, האט צוריק געברענגט די כולל פארטי צו איר אמאליגע היסטאריע, ווען "טויזענטער" (בלי שום גוזמא) וויליאמסבורגער נשים צדקניות
האבן זיך באטייליגט, און באלד 2000 רעסיטס זענען געשריבן געווארן, און האט אריינגעברענגט דעם פאנטאסטישן סכום פון העכער $140,000 אויפן פלאץ!!!
ביינאכט ווען די הנהלה האט פארענדיגט דאס ציילן און דער פונקטליכער נומבער איז ארויסגעקומען, האבן זיי ממש זיך געשאקלט צו זיי זענען אויף, אדער זיי שלאפן ... נישט גלייבענדיג וואס דא גייט פאר!!!
ו
|
|