בית פורומים כל העולם כולו

מתנה פאר jnet באנוצערס: דרשת בלומענפעלד (מיט נאך חלקים)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/12/2007 00:58 לינק ישיר 
מתנה פאר jnet באנוצערס: דרשת בלומענפעלד (מיט נאך חלקים)

איין שבת וואס רז"ל קומט עסן מיט די בחורים און מען דארף וויינען צו זיי און זיך בעטן צו זיי אז זיי זאלן נישט מאכן קיין בושות און קומען עסן מיט'ן רבי'ן, ס'זאלן נישט זיין קיין אויסגעשפילטע טישן.

ס'איז ממש א נחת צו הערן וויאזוי דער בלומענפעלד וויינט צו די בחורים - וואס פון די וועג פון זיין רעדן קוקט אויס אז ע"פ רוב זענען זיי בני יואל - אז ס'איז נישט קיין שום פראבלעם צו קומען צו א רבי'ס טיש. מען דארף זיך נישט שעמען דערמיט, און אז דער רבי פירט פאקטיש נישט קיין רביסטעווע, נאר ער זאגט איבער דעם "הייליגן רבי"'נס תורות, און ווער ס'קומט נישט צו רז"ל'ס טיש פארשעמט דעם "הייליגן רבין'" (פאר די נישט-סאטמארע: דאס איז דער בעל דברי יואל, וואס ווערט אנגערופן "הייליגער רבי" דורך די בני יואל, וואס האבן נישט מקבל געווען קיין שום אנדערן רבי'ן נאכדעם וואס דער דברי יואל איז נפטר געווארן.)

בלומענפעלד בעט זיך צו די בחורים אז כ"א כסלו זאל מען נישט ארויסלויפן פון זאל ווען דער רבי רעדט, און אז מען זאל זיכער מאכן צו קומען צו יעדן טיש ווען מען קען נאר.

אויך איז זייער זיס צו הערן וויאזוי ער לייגט אראפ וואסערע "באמעס" ס'לערנען אין די קווינסער ישיבה, וואס קומען אין שול און שמועסן אפ א האלבן דאווענען, של"ס שמועסן זיי מיט די ליידיגייערס און זיי לויפן ארויס ביים זמן כאפן א ציגארעטל.

אפילו פאר די וואס האבן שוין געהערט חלקים פון די דרשה לוינט זיך צו דאונלאודן די קליפ, צו הערן אנדערע חלקים וואס זענען אויסגעמעקט געווארן ביי די אנדערע קליפ.

http://www.yousendit.com/transfer.php?action=download&ufid=226E2FDD3F044AFA



תוקן על ידי געשמאק ב- 25/12/2007 0:59:18




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2007 22:49 לינק ישיר 

ס'ארבעט יא.

איינער וואס קען אביסל א' ב' פון אינטערנעט ווייסט וואס מען טוט אין אזא פאל. מען קאפי און פעיסט די לינק אריין אין א נייע ווינדאו.

איך לייג איבער די לינק נאכאמאל, האפנטליך וועט עס דאסמאל יא ארויסקומען גוט.

http://www.yousendit.com/transfer.php?action=download&ufid=2E4C528B16D091BE

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2007 22:29 לינק ישיר 

יוסענדאיט לינק ארבייט נישט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-26/12/2007 20:30 לינק ישיר 

דא האט איר דעם קליפ נאכאמאל.

אויף יו-סענד-איט:
http://www.yousendit.com/transfer.php?action=download&ufid=2E4C528B16D091BE

און אויף גיגאסייז:
http://www.gigasize.com/get.php?d=x6yyw75yroc

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2007 15:33 לינק ישיר 

דא קענט איר הערן די דרשה 206-888-9584




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2007 14:33 לינק ישיר 

עס איז שטארק אינטערעסאנט דעם שבת פר' ויחי וואס הגז''ל איז געווען אין ק''י אין זענען מיט געקומען מיט אים בחורים פון קווינסער ישיבה (געצווינגענערהייט) זענען געגאנגען פרייטיג צונאכט צום טיש ביי רבינו שליט''א אין אויף האט גארנישט געדארפט בלומענפעלד בכיי'ן אז זאלן קומען טיש .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2007 02:57 לינק ישיר 

איך בעט זייער אין נאמען פין טויזנטער ליינער ווער סקען זאל זיי מוחל ארויף לייגען דעם
גאנצען טעקס ופין דעם בלומנפעלדס דרשה וייל דע דרשה איז דער א'ב' אין דע זאלי פארטיי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2007 02:47 לינק ישיר 

מוראדי'גע פשט הבל הבלים.. קהלת.. צו ווייזן אן עולם.. מיר ווילן נישט ווייזן א עולם.. אהה מיר ווילן יא ווייזן.. ניין מיר ווילן נישט, וואס וויל איך זאגן..?

ער ווייסט נעבעך נישט וואס ער וויל, ער רעדט כאילו כפאו שד..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2007 02:44 לינק ישיר 

געוואלדיג! א ריזיגען יישר כח!

ער לייגט אראפ די גאנצע זאלונים יסוד, אין עטליכע מינוט.

קיינער האט עס נישט געקענט טוהן בעסער ווי ער!

כה לחי ר' נפתלי! זאגטס נאך דרשות...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2007 02:05 לינק ישיר 

אגב א ריזיגן ישר כח געשמאק פארן עס ארויפלייגן, כהאב געהערט דערפון אבער עס נאכנישט געקענט הערן ביז יעצט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2007 02:04 לינק ישיר 

די וואך אין קרית יואל האבן אסאך אירע געפרעגט וואס איז געשען מיט די נקודה פון רבין ז"ל... יעצט האט די נקודה געמופט קיין סאסמאן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2007 01:43 לינק ישיר 

געשמאק, איך מיז דיר אפגעבן א גרויסן יישר כח פארן ארויפלייגן די אנדערע חלקים פון די דרשה,

וואס זאלעך דיר זאגן, איך האב באמת רחמות אויף דעם בלומענפעלד, ער ווייסט עס נישט וויאזוי ארויסצוברענגען, ער הייבט אן אז בחורים ווילן נישט קיין צו קיין טישן אין מסיבות ווייל עס איז א פארטייאישע צוזאמקום, ווייטער ווען ער בעט אז די בחורים זאלן קימען ווייסט ער עס נישט וויאזוי ארויסצוברענגען, ער קעקעצט אהין און אהער, צו רז"ל קען ער נישט זאגן אז מ'זאל קימען, ווייל ס'וועט דאך קלאר שמעקן פון א חסידות פון וואס די בחורים פראבירן צו אנטלויפן כמטחוי קשת,

ביי זיי אינדערהיים האט מען אין זיי אנגעבאקן אז זינט רביה"ק דער דברי יואל זי"ע איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים איז נישטא מער קיין רבי (עטליכע יאר איז נאך געווען א רבעצין... אבער דאס האבן מיר שוין אויך נישט) ווי די ברעסלעבער, איז ווי קען מען זיי יעצט קימען זאגן אז זיי זאלן גיין צו טישן, עס איז דאך נישטא קיין טיש מער, סך הכל קען מען איבער הערן די טעיפס פון רבין זכרונו לברכה אבער דעטס איט,

מיז ער אנהייבן מיט א צווייטער מהלך "די נקודה פון רבין ז"ל"...
יעדע זאך, צו איז עס עסן מיט רז"ל פרייטאג צונאכט די איינע שבת = נקודה פון רבין ז"ל,
קומען און ראָדני צו די תפילות = נקודה פון רבין ז"ל,
שטיין אויף די פארענטשעס ביי שלש סעודות = נקודה פון רבין ז"ל,

און ווען עס קוקט שוין אויס ווי א דזשאק די גאנצע מעשה איז דא א צווייטער דערהער, נעמליך, מ'דארף מחזק זיין די וואס האבן געגעבן די "מיליאנען" פאר די ישיבה,

ווי פארטיי, ווען פארטיי, וואס פארטיי, קיינמאל, איך מיין נישט דעם אנכי'עס, נישט דעם עגאאיזעם, מ'דארף פשוט מכיר טובה זיין פאר די געלט געבערס, און ווער עס פארשטייט נישט דאס ענין פון "הכרת הטוב" קען ער שוין נישט רעדן, זאגט ער,

א דריטער תירוץ איז דא, די בחורים דארפן זיך צוזאמנעמען ווייל ס'קומט נישט אויס קיין געלעגענהייט ווען דער ציבור קען זען דעם "עולם"....

און צו מאכן באקוועם, זאגט ער צו פאר די בחורים אז מ'וועט נישט לאנג אויפהאלטן ביי די סעודה און עס וועט זיין זייער באקוועם און אנגענעם, "און וואס מער בחורים, ווי מער עולם, אלץ מער איז די כבוד שמים"...


עס לוינט זיך צו הערן דעם טעיפ,
רעקאמענדירט!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2007 01:31 לינק ישיר 

כ'האב קאמפרעסט די פייל נאכמער. יעצט איז עס שוין ארום 3 מעג גרויס. יעדער זאל עס קענען שיקן אויף אימעיל.

http://www.yousendit.com/transfer.php?action=download&ufid=8CCBFF4548C26CFA

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2007 01:26 לינק ישיר 

אנביליוועבל!!!!!

WOW

די גרויסע זאלויני פירערס רייסן איהם אראפ די קאפ...איך האב רחמנות אויף איהם....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2007 01:12 לינק ישיר 

נאך אזויפיל יאר וואס די גזלונים פאמפען מיט זייער רבי'ן שטעלט זיך ארויס אז אלעס איז לופט.

זיי האבן נישט קיין שום "עתידות" שרייט בלומענפעלד אויפ'ן טעיפ. חוץ אויב די בני יואל בחורים, וואס זייערע טאטעס האבן זיי געשיקט צו רז"ל'ס ישיבה - כדי צו טריצן דעם רבי'ן שליט"א - קומען צום טיש פון זייער "רעבען", ווייל אז נישט וועט דער באלאן פלאצן.

די סיבות פארוואס בחורים קומען נישט צום טיש, ווי בלומענפעלד לייגט דאס אראפ, זענען ממש הפלא ופלא:

1. רביסטעווע - זייט דעם "הייליגן רבי'ן" איז שוין נישטא אזא זאך ווי רביסטעווע.

2. פארטיי - ווייטער א באגריף וואס די הייליגע בני יואל האקן אריין אין זייערע קינדער פאר אזויפיל יארן, אז מען טאר נישט שטיצן א פארטיי.

3. בושה - די בחורים שעמען זיך צו זיין ביי א טיש! איר הערט ווערטער? די ערשטע חסידות אין די וועלט, וואו די בחורים שעמען זיך צו קומען צום טיש.

אזוי קוקט מען אויס ווען מען פרובירט צו בויען א חסידות מיט מענטשן וואס האבן פיינט א רבי'ן און חסידות בתכלית השנאה.

יעדער איינער האט א קאזין, א שותף, א פריינט וכדו' פון אן אנדערן קרייז, וואס פרעגט אייביג, ווער פון די צוויי רבי'ס האט באמת איבערגענומען סאטמאר. דער קליפ איז דער בעסטער ענטפער פאר די שאלה. פארווערדטס דעם קליפ אין אימעיל פאר אלע אייערע באקאנטע.



תוקן על ידי געשמאק ב- 25/12/2007 1:19:35




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2007 01:12 לינק ישיר 

דא איז די קליפ נאכאמאל, אין א קלענערן סייז, פאר די וואס ווילן עס שיקן אויף אימעיל

http://www.yousendit.com/transfer.php?action=download&ufid=46365273684E3729

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מתנה פאר jnet באנוצערס: דרשת בלומענפעלד (מיט נאך חלקים)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext