בית פורומים כל העולם כולו

זאלונישע קינות: ציטאטן פון בלומענפעלד'ס דרשה!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/12/2007 09:13 לינק ישיר 
זאלונישע קינות: ציטאטן פון בלומענפעלד'ס דרשה!

אין דעם אשכול זאל דער עולם נאכברענגען די אינטערעסאנטע ציטאטן (קוואוטס) פון בלומענפעלד'ס היסטארישע דרשה, וואס טוט אזוי דראמאטיש אראפלייגן דעם שרעקליכן מצב וואס הערשט ביי זיי, און די גרויסע זארג וואס זיי האבן, אז פאר זייערע קינדער אינטערעסירט די גאנצע רביסטעווע ווי א לאך אין קאפ.

תוקן על ידי געשמאק ב- 25/12/2007 9:15:14




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2007 06:54 לינק ישיר 

דער לינק האט שוין עקספייערט ווער סקען זאל עס זיי מוחל איבער לייגען
אין אויכט אויף  GOOGLE אין YOU TUB  דעס דארף בלייבען לעולם ועד
צי ווייזען פאר יעדן שיקרא לא קאי מען קען נישט איין רעדן דעם יונגעט ליגענט
אין אין בויען א חסידות מיט האס אין אין שנאה איו דער אין אדם מוריש שקר לבנו
שטעלט זיך באשיינפערלך ארויס אפילו ער וויל איינרעדן דעם יונגעט מען נישט דעס מען
מיינט נאר דער רבי'ן ז"ל  סגייט נישט ווייל זיי בחורים  זען פאר וואס אן עם הארץ זיי דינען
אין פאר פאלן סאיז א בושה זיך צי שטעלן אויף די ברענטשס פאר אים
יא נפתלי האסט מקריב דיינע קינדער פאר דעם שדים טאנץ אבער די קענסט נישט יענעמס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2007 03:55 לינק ישיר 

יא גאסט, דאס קענסטו פארקויפן פאר דיינע חברים אז ס'איז קיינמאל נישט געווען טאקע ווייל זיי זענען ניטאמאל אין די פעמפערס געווען (כלשונך) אבער איך וואס איך האב געלערנט דעמאלטס אין די ישיבה קענסטו נישט פארלייקענען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2007 03:47 לינק ישיר 

חייםחייקל, די קענסט נישט געדענקן אזא זאך פאר צוויי סיבות

1 עס איז קיינמאל נישט געווען
2 די ביזט נאך נישטאמאל געווען אין די פעמפערס דעמאלטס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2007 03:04 לינק ישיר 

כבר היה בעולמים, אין די ישיבה קר"י אין די יארן בשמ"ח - תש"ן האט מען טערארזירט בחורים וואס זענען נישט געגאגן צום טיש פין רבינו בעל ברך משה זי"ע, און עס האבן זיך גרופירט בחורים באוויסטע שלעגער ווי מען פלעיגט זיך צוזאם קומען אינעם בעיסמענט פון מהר"א יעדן פרייטאג נאכט עסן טשאלענט און ארויף געברענגט די מורדים אויפן טיש, און ווער עס איז נישט געגאנגען און זייער פיסטריט איז געווען אחת דתו להמית, און אלעס איז געווען מטעם ה(ראש)ישיבה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2007 10:11 לינק ישיר 

מיר איז די מערסטע אינטערעסאנט אז ער לאכט אפ פון די בחורים וואס שעמען זיך צו שטיין ביים טיש, און ער פרעגט, שמועסן ביים דאווענען שעמסטו דיך נישט? פונקט ווי דו שעמסט דיך נישט צו שמועסן ביים דאווענען, שעם דיך נישט צו שטיין ביים טיש....

רבונו דעלמא כולא, מרא דבשמיא, שטעלט זיך אויף א מנהל הישיבה, מקלאמפערשט איינער וואס לאכט פון חסידות און פון פארטייען, כלומערשט אן ערנסטער מענטש, א פארשטייער, א חכם מער פון יעדן, און עס פאלט אים גארנישט איין מעורר צו זיין אויף דעם אז די בחורים שמועסן אפ א האלבן דאווענען, נאר אדרבה, ציט גאר דערפון א פארגלייך, אז פונקט ווי מען שעמט זיך נישט יענץ צו טון, זאל מען זיך נישט שעמען צו שטיין ביים טיש

אבער פארגעסטס נישט, יענץ זענען די "רעבעזכיסעיגענלייני אידן", דארט זוכט מען דעם עתיד פאר די "נקודה פון רבי'ן זכככככככככככככככיתו יגגגגגגגן עליייינננננננע

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2007 10:07 לינק ישיר 

די זעלבע זאך איז מוצ"ש. ס'איז א כבוד הציבור, אז דער ציבור דארט, בפרט ווען דער רבי רעדט, און נאכדעם, מען טאנצט צוזאמען, אז ס'זאל זיין אן עולם, ווי מען זאגט, אז ס'זאל ארויסקומען א ריבוי כבוד שמים פונ'ם מוצ"ש אויכעט

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2007 10:04 לינק ישיר 

(אינסטראקשנס, וויאזוי מען דארף זיך אויפפירן ביי א טיש:)

איך בעט דעם עולם זיצן מיט געדולד, מען וועט רעדן דברי תורה...

מען זאל עס אויסהאלטן, מען וועט נישט מאריך זיין צו לאנג, זיצן מיט געדולד, מיט דרך ארץ, ס'זאל ארויסקומען פון די מסיבה א ריבוי כבוד שמים

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2007 10:01 לינק ישיר 

ווען מען קומט יא אמאל אין ביהמ"ד, יעדער פאלט דאך אמאל אריין, אינדערוואכן צו שבת, און ער שטייט מיט זיינע חברים און פלוישט אריין אינמיטן דאווענען, אינמיטן קריאת התורה, און ערליכע אידן האלטן עס נישט אויס, ס'טראפט זיי בלוט פון הארץ, און ער קוקט אים אן, דער בחור איז דאך אזא מין באם, ער קען אריינרעדן א האלבן דאווענען שבת. וואס האט מען דארט נישט מורא אז מען קוקט אויף אים? נאר ווען מ'שטייט און מען זינגט זמירות ביי שלש סעודות, צו מען הערט די תורה ביי שלש סעודות, דעמאלטס האט ער מורא אז מען קוקט אויף אים

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2007 09:56 לינק ישיר 

ס'איז דא א תירוץ: איך קען נישט שטיין ביי שלש סעודות, מען קוקט אויף מיר. ווער קוקט? פון וועמען האט מען מורא? טוט א מענטש ריכטיג דארף מען מורא האבן פאר בני אדם?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2007 09:53 לינק ישיר 

ווער ס'דערהערט נישט וואס כ'האב מסביר געווען, וואס די חשיבות איז יא צו זיין ביי די שלש סעודות יעדע וואך אין ראדני, קוקט אויס אז ער איז א פלעינער כפוי טובה, און ס'איז נישטא צו וועם צו רעדן

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2007 09:50 לינק ישיר 

מען נוצט אלץ דעם רבי'ן זכרונו לברכה אויסצושטעכן יענעם די אויגן....

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2007 09:49 לינק ישיר 

אז די עסקנים פילן יא, מען טוט וואס מען דארף טון, דער ענין אז די בחורים ווייזן ארויס אז דער רבי ז"ל'ס זאך איז ביי זיי א זאך. ער איז גרייט צו ערשיינען יעדן יעדער איינער בלי יוצא מן הכלל אין ראדני, צוזאמען ביי שלש סעודות, א געוואלדיגע זאך, א געוואלדיגער הכרת הטוב...

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2007 09:46 לינק ישיר 

מען זאל זיך צוזאמקומען אין ביהמ"ד. ס'זאל זיך צוזאמקומען דער עולם ביי שלש סעודות, ברב עם, אין רבי ז"ל'ס ביהמ"ד...

שלש סעודות וויל איך פראווען אינעם ראדני ביהמ"ד וואס איז געווען דעם רבי ז"ל'ס ביהמ"ד, צוזאמען ברב עם, ווי א גרעסערער ציבור, אלץ א גרעסערער כבוד שמים.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2007 09:42 לינק ישיר 

כ'האב שוין דערמאנט אז טאטעס האבן זיך מיר אפגערעדט, מען דארף רעדן פאר די בחורים, פארוואס פראוועט ער א שלש סעודות מיט די המוני עם, מיט די פראסטאקעס, אין אלע לעכער זיצט מען, מען שמועסט אפ דברים בטלים, מען האט זיך געטראפן מיט די פרענדס און אפגעשמועסט דברים בטלים ביי שלש סעודות. ס'ווערט דער זמן, מען כאפערט אפ א מעריב, מען כאפט א ציגארעטל, אזוי ווי די פורקי... איך וויל נישט זאגן פורקי עול, אזוי ווי די המוני עם, ארבעטס מענטשן וואס האבן נישט קיין ברעקל קאפ אויפ'ן פלאץ...

כמה וכמה עלטערן וואס קרעכצן אויף דעם. וואו לויפט מען? ווען מען לויפט לערנען איז נאך א האלבע צרה. מען לויפט דאך נישט לערנען. מען לויפט כאפן א ציגארעטל

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2007 09:37 לינק ישיר 

אבער ס'איז אמת אז ס'איז דא אזא זאך, ס'ליגט אבער א טענה אין די מענטשן, אז ס'איז נישטא קיין אינטערעס, וואס וועט זיין דער סוף???!!! וואס וועט זיין מיט די נקודה פונעם רבי'ן זכרונו לברכה? ס'איז אמת די טענה.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאלונישע קינות: ציטאטן פון בלומענפעלד'ס דרשה!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext