בית פורומים כל העולם כולו

פרישע דרשה פון נפתלי בלומענפעלד

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/12/2007 18:15 לינק ישיר 
פרישע דרשה פון נפתלי בלומענפעלד

ראיאטען אין קווינס ישיבה, וויבאלד מען שטעלט נישט צו קיין סטיעם אין דארמיטארי

אנגעהויבען האט זיך עס אז די הנהלת הישיבה שטעלט נישט צו קיין סטיעם אין דארמיטארי, און פון דארט ביז ראיאטן איז פאלג מיר א גאנג, ביז נפתלי בלומענפלד האט זיך ווידעראמאל געמוזט אויפגעשטעלט רעדן, און דאס מאל איז די רעדע געווען איבער די בחורים פון ישיבה, אז זיי זענען חיות רעות!

ומעשיות שהיו כך היו: זאת חנוכה איז א בחור פון ישיבה ארויף אויפן דאך פונעם אלטן בנין הישיבה אויף טאראנטען פלעיס (ווי די בחורים שלאפן נאך ביזן היינטיגען, זינט די מיליאנען וואס איז אריינגעקומען פארן נייען בנין האט ווארשיינליך נישט עספיעט צופארענדיגען די דארמיטארי אינעם נייען בנין) און געמאכט א שטיקעלע שריפה'לע, מכלומרשט פארברענענדיג די קנויטען פון חנוכה (כמנהג זידיטשויב, ועוד). פאר די גוי'אישע שכנים ארום און ארום איז דאס נישט געפאלן, און זיי האבן גערופן די פייער לעשער. און אז די פייער לעשער קומען, טרעפן זיי דאך מער ווי גענוג וויאלעישאנס, אויך האבן זיי געזעהן ווי אזוי די בחורים שלאפן דארט אין אוממענטשליכע באדינגונגען, אין חדרים, כיתות, און ווי נישט. אויך האבן זיי באמערקט אז עס פעלן פילע עקזיט לייטס, פייער עקסטינוויטשערס וכו'. קוים מיט צרות נאך עטליכע טעג מיה און פלאג האט מען ערלעדיגט אפן צו לאזן דערווייל די דארמיטארי ווייטער. און מען האט צוגעלייגט עקזיט לייטס, פייער עקסטינוויטשערס, וכו'. מה עשו הבחורים? איז א בחור געגאנגען א טאג און דערויף און אויסגעשפריצט די פייער עקסטינוויטשערס עד טיפה אחרונה, אלס פראטעסט אז די הנהלת הישיבה שטעלט זיך נישט צו כי הוא זה נישט צו די בחורים. דאס האט שוין ארויסגענומען נפתלי בלומענפעלד פון די גלייזען און ער האט זיך אויפגעשטעלט רעדן פאר די בחורים. ער האט ערווענט אז דאס איז נישט קיין פשוטע מעשה געווען, קראסנע ישיבה האט מען פאריגע וואך פארמאכט וועגן ענליכע זאכען, און מען זאל עס נישט נעמן לייכט, הגם די בחור איז אפשר נישט שולדיג, ווייל ער האט נישט געוואוסט די חומר הענין, און ווי אויך א.ד. האבן דאך די בחורים טענות אויף די הנהלה אז מען שטעלט נישט צו קיין הייצונג אין דארמיטארי, וואס איז טאקע נישט קיין נארמאלע זאך (ווי איז די מיליאנען - וואס ער האלט אין איין רעדן - אהינגעקומען???), אבער קיינער איז אים נישט געקומען זאגען און זיך אפרעדן (כאילו דאס העלפט...), און אזא זאך טאר נישט פאסירען. הגם מען קען טאקע נישט דן זיין די פרטיות'דיגע בחור, ווייל ער איז דאך אן אומוויסענד קינד, ער טראכט נישט בעפאר ער טוט א זאך, אבער מען דארף זעהן און אכטונג אז אזא זאך זאל מער נישט פארקומען, עס פארשווארצט די נאמען אין די גאס וכו'.

ווער עס האט צוטריט צו די טעיפ זאל עס ביטע ארויפשטעלן להנות בני אדם





דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פרישע דרשה פון נפתלי בלומענפעלד
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext